Original scan
Original memorial-book scan 362
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1159

358 ספר לוקאװ אמטן האט מען אויסמעבלירט מיט יידיש מעבל. דער בורמיםטזש פיעטריק האט אויף אזא אופן אויסגעשטאט זײן בױרא. דאס איבערגעבליבענע איז געװארן צעראבירט פון געמײנעם פעבל. דאס הארץ פלעגט װערן פארקלעמט װען מען איז פארבײגעגאנגען די אמאליקע ײדישע הײמען: פון דארט האט ארויםגעגלאצט דער טויט און די פוםטקײט, טיר און פענצטער זענען געװען ארויסגעריםן, און אינעוױיניק— אײן גרויסער חורבן. אין דעם פארקלענערטן געטא האט מען ארײנגעפאקט די געבליבענע ײח און אויך די ײדן פון דער ארומיקער געגנט— פון קאך׳ װאיטשעשקאװ׳ אדאמאװ׳ שטאנען׳ טוכאװיטש׳ טרעבושאװ. 27 אקטאבער 1942. נעכטן אין אװנט׳ דעם 26םטן אקטאבער׳ האט זיך אנגעהויבןא נײע ״שפיל״.א גאנצע נאכט האט געדויערט די שיםערײ. בײ טאג איזא ביסל שטילער געװאת. מ׳האט זײ שוין אװדאי פארלאדן אין די װאגאנען. װי נאר עם דערהערט זיך װידער פןו דארט דער עכא פוןא שיםערײ׳ הײבט אלץ אן זיך צו װארפן אין מיר. אין דער פרי בין איך ארוים אין גאס. ײדישע פאליציאנטן האבן געפירט פורן מיט מתים.א לערער׳ װאם איז פארבײגעגאנגען דעם מארק׳ וװהין מ׳האט אויף ס׳נײ אנגעיאגט ײדן׳ האט מיר דערצײלט:

passage_b83213d8f092918daa166a94