Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 362
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1159

358 ספר לוקא װ אמטן האט מען אויסמעבלירט מיט יידיש מעבל. דער בורמיםטז ש פיעטריק האט אויף אזא אופן אויסגעשטאט זײַן בױרא. דאס איבערגעבליבענע איז געווארן צעראביר ט פון געמײנעם פעבל. דאס הארץ פלעגט װערן פארקלעמט ווען מען איז פארבײגעגאנגען די אמאליקע ײדישע הײמען: פון דארט האט ארויםגעגלאצט דער טויט און די פוםטקײט, טיר און פענצטער זענען געװען ארויסגעריסן, און אינעוױיניק — אײן גרויסער חורבן. אין דעם פארקלענערט געטא האט מען ארײנגעפאק ט די געבליבענע ײח און אויך די ײדן פון דער ארומיקער געגנט — פון קאך ׳װאיטשעשקאװ׳ אדאמאװ׳ שטאנען׳ טוכאװיטש׳ טרעבושאװ. 27 אקטאבער 1942. נעכטן אין אװנט׳ דעם 26סטן אקטאבער׳ האט זיך אנגעהויבן א נײע ״שפיל״. א גאנצע נאכט האט געדויערט די שיםערײ. בײ טאג איז א ביסל שטילער געװען. מ׳האט זיי שוין אװדאי פארלאדן אין די װאגאנען. װי נאר עס דערהערט זיך װידער פןו דארט דער עכא פון א שיםערײ׳ הײבט אלץ אן זיך צו װארפן אין מיר. אין דער פרי בין איך ארויס אין גאס. ײדישע פאליציאנטן האבן געפירט פורן מיט מתים. א לערער׳ װאם איז פארבײגעגאנגען דעם מארק׳ װוהין מ׳האט אויף ס׳ני אנגעיאגט ײדן׳ האט מיר דערצײלט:

passage_b83213d8f092918daa166a94