Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 36
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1149

32 םםר לוקןןװ װי אלע קהילותא מאל, אזוי האט אויך לוקאװ געהאט אירע מגידים, וואס פלעגן דרשנען פאר דעם פאלק אלע שבת. דער מגיד מישרים איז אויד געװען שטאט־דײן. לײדער האט זיך אויפגעהיט דער נאמען פון אײנעם בלויז. ער איז געװען דער מגיד ר׳ יצחק.־■- ער איז נפטר געװארן אין יאר תקפ״ג (1823). חסידים אין לוק>ןװ לוקאװ איז געװעןא חםידישע שטאט. נאטירלעך, אז עם זענען לכתחילה געװען מתנגדים. עס איז אנצונעמען, אז רבנים׳ לומדים און מנהיגים האבן, װי אין אנדערע שטעט, זיך קעגנגעשטעלט דעם ״כת״, דער סעקטע, װאס האט זיך גערופן חםידים. מן הםתם האט מען אויך אין לוקאװ פארבאטן עפענען ״שטיבלעך״. אבער, װי מיר זענען זיך משער, האבן די קעגנער אויפגעגעבן זײער קעגנערשאפט גאנץ פרי און אןא שװערער מלחמה. װארעם אין לוקאװ האט איר געקענט זוכןא מתנגד אויףא רפואה. אויסערא קלײנער טײל עמך האבן אלע אנגענומען דעם חסידישן נוםח התפילה און שטײגער. לוקאװ האט געהאט פארשידענערלײ חםידים. עס זענען דארט געװען קאצקער, גערער, ביאלער, ראדזינער׳ אלעקםאנדרער א. א. חםידים. זײ האבן געהאט זײערע שטיבלעך און זיך אויםגעלעבט אין זײער אטמאםפער.

passage_0c535499ec4ef97f5bf25737
Passage 2normalized OCR · source chars 1151-2260

לוקאװ האט אויך זוכה געװען צו צװײ רבישע הײף. אין 1906, װען ר׳ ישראל פילאװער (ער איז געװען אן אײניקל פון ר׳ מענדעלע קאצקער) איז נפטר געװארן׳ האבןא טײל פילאװער חםידים אנגענומען זײן עלטםטן זון ר׳ הערשעלע פארא רבין און ר׳ הערשעלע האט זיך באזעצט אין לוקאװ. ביז1920— װען ער איז נפטר געװארן— האט ר׳ הערשעלע ז״ל געפירטא חסידישן הויף אין לוקאװ. חםידים פלעגן קומען צו אים פרעגן װעגן ײדישקײט און בעטןא ישועה. נאך זײן פטירה איז ר׳ ברוך משה געװארן ממלא מקום אין לוקאװ אויף זיץ פאטערם ארט. ר׳ ברוך משה איז דעמאלט געװען רב אין דעם קלײנעם שטעטעלע גראבאװע. ר׳ ברוך משה האט זיך קורץ נאכדעם אװעקגעצויגן קײן װלאדאװע. דער צװײטער זון, ר׳ ױםף אהרן׳ האט געפראװעט חםידות אין װארשע. דער דאזיקער גוט־ײדישער הויף האט אזוי ארום אויפגעהערט צו עקזיםטירןא צײט פאר דעם חורבן. דער צוױיטער חםידישער הויף איז געפירט געװארן פון דעם מעכאװער רבין. רבי עקיבא מאיר, דער מיעכאװער רבי, איז געװען דער ײנגםטער זון פון דעם בא• קאנטן רבין ר׳ ישכר בעריש הכהן ז״ל פון װאלבאזש, לעבן פיעטרקאװ.

passage_4aab3ead93b608cf9be38f40
Passage 3normalized OCR · source chars 2262-2611

װי עם שײנט, איז ער געװען דער ליבלינג פון זיץ פאטער. ער איז געװעןא טואלדיקער מתמיד. יעדן טאג פלעגט ער לערנען18 פרקים משנױת און18 בלאט גמרא, אחח חםי־ דישע ספרים אמ קבלה. ער האט מחבר געװען דעם פירוש ״דברי העם״ אויף תהילים (ער האט עם אזוי גערופן, װייל תהילים איןא פאלקם־םפר), װאם שטעלט מיט זיך פאר

passage_06a63b76bd15dfc3da043c2b