Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 375
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1244

סםר לוקאו ו 371 געקריגן דעם בריװ, װאס איך האב ארויסגעשיקט צו מײן מוטער׳ מיט א צושריפט׳ אז דארכ איז קײנער נישטא. אין א זונטיק האב איך זיד װידער אפגעבעט בײם באלעבאס און איך בין אװעק קײן לוקאװ צו מײן קרובד,. װען זי האט מיד דערזען איז זי אויסגעבראכן אין א שרעקלעד געװימ• איך האב זיד דערװוסט, אז איך האב שוין מער קײנעם נישט אין װאי־שע. דארט איז פארגעקומען אן ״אויסזידלונג״ און אלע זענען אװעק צום טויט. די קרובד, האט מיד שטארק געבעטן, אז איך זאל אומבאדינגט צוריק אװעק אין דארף ארײן. זאל כאטש בלײבן אײנער פ מ דער גאנצער משפחה. אירע רײד האבן געהאט א װירקונג אויף מײ• איך בין אריבער די געטא־דראטן און מיט פארזיכטיקײט זיד געלאזן אין װעג ארײן קיץ אלעקסאנדראװ, צוריק צום פויער. ם׳איז װינטער• איך לעח זיד דרײען פלאקם• איך באמי זיד צו ארבעטן גוט. די באלעבאסטע זעט דאם און זי האט זיד א ביסל געענדערט לגבי מיר. זי שרײט שוי נישט אזוי אויף מיר און טייל מאל לויבט זי שוין אפילו מײן ארבעטזאמקײט• איך קען שוין אלע ארבעטן, װאם א פויערטע דארף טאן• א זונטיקדיקער טאג• אין דרױסן בושעװעט א זאװערוכע• איך זיץ אין שטוב און קוק ארוים דורכן פענצטער• איך בין פארטאן אין מײנע טרויעריקע מחשבות.

passage_ec72fe24c0c1db97e9e58768
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1246-2673

אין דער כאטע קומען זיך צונויף פויערים פון דארף און זיי הייבן אן צו שמועסן צווישן זיך. איך הער זיך איין אין זייערע רייד. איינער פון זיי דערציילט, אז די רוסישע ארמיי האט זיך גערוקט 50 קילאמעטע ר פארויס, זי װעט גיין אלץ װייטער און װייטער, ביז זי װעט צעשמעטערן דעם דײטש. איך האב זיך זייער געפרײט און שטיל געבעטן, אז די מפלה פון די דײטשן מערדער זאל קומען װאס שנעלער. עס קומט אן דער פרילינג. איך בין נאך אלץ בײם זעלבן פויער. איך בין אײנזאם, איך האב נישט מיט װעמען א װארט אויסצורעדן. די צייט לויפט שנעל. באלד איז שוין שניטצײט. איך ארבעט װי די אנדערע פויערים און ס׳איז שוין שווער צו דערקענען, אז איך בין א ײדישע. איך בין אפגע־ ברענט פון דער זון, געקלײדט איין פויערישע קלײדער און מיט פויליש איז װי בײ די אנדערע פויערים. אבער אימאל ׳ײען איך קום שפעט פון פעלד און נעם קאכן נאכטעסן, דערזע איך, אז עפעס איז בײ די באלעבאטימס נישט מיט אלעמען. די באלעבאטטע קוקט עפעס מאדנע אויף מיר. װען איך האב זי געפרעגט, צי ס׳איז עפעס געשען, האט זי פון אנהײב מיר גארנישט געוואלט זאגן, אבער װען איך האב זי פארזיכערט, אז איך בין צוגעגרײט אויפן סאמע ערגסטן, האט זי פאר מיר אויפגעדעק ט די סיבה פון דער ענדערונג: דער סאלכים פון דארף האט געזאגט, אז אלע ײדן, װאס ארבעטן ביי פויערים, זאלן זיך צושטעלן אין שטאט אכן צו ם רעגיסטרירן. יעדער פויער, װאס װעט נישט פאלגן

passage_2b5cb431d3f2e91e8204605a