Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 375
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1244

סםר לוקאוו 371 געקריגן דעם בריװ, װאס איד האב ארויסגעשיקט צו מיין מוטער׳ מיטא צושריפט׳ אז דארכ איז קײנער נישטא. איןא זונטיק האב איד זיד װידער אפגעבעטן בײם באלעבאס און איך בין אװעק קײן לוקאװ צו מײן קרובד,. װען זי האט מיד דערזען איז זי אויסגעבראכן איןא שרעקלעד געװימ• איד האב זיד דערוװסט, אז איד האב שוין מער קײנעם נישט אין װאי־שע. דארט איז פארגעקומען אן ״אויסזידלונג״ און אלע זענען אװעק צום טויט. די קרובד, האט מיד שטארק געבעטן, אז איד זאל אומבאדינגט צוריק אװעק אין דארף ארײן. זאל כאטש בלייבן אײנער פמ דער גאנצער משפהה. אירע רײד האבן געהאטא װירקונג אויף מיי• איד בין אריבער די געטא־דראטן און מיט פארזיכטיקײט זיד געלאזן אין װעג ארײן קיץ אלעקסאנדראװ, צוריק צום פויער. ם׳איז װינטער• איד לעח זיד דרײען פלאקם• איד באמי זיד צו ארבעטן גוט. די באלעבאסטע זעט דאם און זי האט זידא ביםל געענדערט לגבי מיר. זי שרײט שוײ נישט אזוי אויף מיר און טײל מאל לויבט זי שוין אפילו מײן ארבעטזאמקײט• איד קען שוין אלע ארבעטן, װאםא פויערטע דארף טאן• א זונטיקדיקער טאג• אין דרויםן בושעװעטא זאװערוכע• איד זיץ אין שטוב און קוק ארוים דורכן פענצטער• איד בין פארטאן אין מײנע טרויעריקע מחשבות.

passage_ec72fe24c0c1db97e9e58768
Passage 2normalized OCR · source chars 1246-2673

אין דער כאטע קומען זיד צונויח פויערים פון דארף און זײ הײבן אן צו שמועםן צװישן זיד• איד הער זיד אײן אין זײערע רײד. אײנער פון זײ דערצײלט, אז די רוסישע ארמײ האט זיד גערוקט50 קילאמעטער פארויס, זי װעט גײן אלץ װײטער און וױיטער, ביז זי װעט צעשמעטערן דעם דײטש• איד האב זיד זײער געפרײט און שטיל געבעטן, אז די מפלה פון די דײטשע מערדער זאל קומען װאס שנעלער• עס קומט אן דער פרילינג• איד בין נאד אלץ בײם זעלבן פויעי• איד בין אײנזאם, איד האב נישט מיט װעמעןא װארט אויםצורעדן. די צײט לויפט שנעל. באלד איז שוין שניטצײט• איד ארבעט װי די אנדערע פויערטעם און ס׳איז שוין שװער צו דערקענען, אז איד ביןא ײדישע• איד בין אפגע־ ברענט פון דער זון, געקלײדט איין פויערישע קלײדער און מיץ פויליש איז װי בײ די אנדערע פויערים. אבער אימ מאל׳ ײען איד קום שפעט פון פעלד און נעם קאכן נאכטעםן, דערזע איד, אז עפעם איז בײ די באלעבאטים נישט מיט אלעמען• די באלעבאםטע קוקט עפעם מאדנע אויף מיר. װען איד האב זי געפרעגט, צי ס׳איז עפעם געשען, האט זי פון אנהײב מיר גארנישט געװאלט זאגן, אבער װען איד האב זי פאתיכערט, אז איד בין צוגעגרײט אויפן םאמע ערגסטן, האט זי פאר מיד אויפגעדעקט די םיבה םון דער ענדערונג: דער סאלכים פון דארף האט געזאגט, אז אלע ײדן. װאס ארבעטן בײ פויערים, זאלן זיד צושטעלן אין שטאט אחין צום רעגיםטרירן. יעדער פויער, װאם װעט נישט פאלגן

passage_2b5cb431d3f2e91e8204605a