Original scan
Original memorial-book scan 385
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1270

םסר לוקאװ 381 אין געטא האט אנגעהויבן הערשןא טיפוס־עפידעמיע. טאגטעגלעך זענען געשטארבן צענדליקער מענטשן. אלע שטובן זענען פול געװען מיט קראנקע. די גרויסע ענגשאסט און די שװערע סאניטארע באדינגונגען האבן געהאלפן פארשפרײטן די שרעקלעכע קראנקייט. אויד בײ אונדז אין שטוב איז איעער סון די אײנוװינעד קראנק געװארן און פון אים האבן אנדערע זיך אנגעשטעקט. עס איז דאך נישט געװען װו צו גיץ ערגעץ אנדערש שלאפן. איץ מאל האב איך דערפילט, אז איך בין אויך קראנק. עטלעכע טעג בין איך ארומגעגאנגען מיט היץ, געמײנט, אז איך װעל גובר זײן די קראנקײט, אבער עס האט גארנישט געהאלפן. איך האב זיך געמוזט אװעקלייגן אין װינקל פון צימער. עס איז נישט געװען װער עס זאל זיך פארנעמען מיט מיר. איך בין געװען אײנזאם און סרעמד אין דעד דאזיקער שטאט, אין אט דער שרעקלעכער צײט, װען יעדער אײנער װיל בלויז זיך ראטעװען. צװײ װאכן בין איך אזוי אפגעלעגן. איך האב זיך אפגעקאכטא ביסל װאסער אמ געטרונקען דאס מיט זיסע צוקערלעך. דאס איז געװען מיץ גאנצע דערנערונג. איץ מאל בין איך אװעק צום דאקטאר. איך בין קוים געגאנגען אויף די סיס. אין די אויערן האט מיר גערוישט. דער דאקטאר האט זיך געוװנדערט װי אזוי איך האב געקענט קומען צו אים אין אזא צושטאנד.

passage_e67e90a2d7f0309ab0c39a23
Passage 2normalized OCR · source chars 1272-2604

עס איז מיר געװארן בעסער.א פאמיליע אין געטא האט זיך אינטעדעסירט מיט מיר אמ יעח טאג האט מען מיר ארײנגעשיקטא ביסל זופ מיטא שטיקל ברויט. זײ האבן מיר געהאלפן עטלעכע װאכן אן איבעררײס, ביז איך בין געזונט געװארן. שפעטער האבן זײ בײ מיר נישט געװאלט נעמען קײן גראשן. זײ האבן אפילו זיך באלײדיקט אויף מיר װען איך האב זײ געװאלט באצאלן. פאר פסח1943 האבן די ײדן אין געטא זיך גענומען גרײטן צום ױם־טוב. איך אלימ האב מיטגעהאלפן בײם באקן די מצות. איך בין ערשט נאר װאס געקומען צו זיך נאך דער שװערער טיפוס־קראנקײט, װאס איך האב אדרוכגעמאכט אין געטא. אין לוקאװ איז שוין דאן געװען וױיניק ײדן פון שטעטל גוםא. עס האבן זיך געפונען אפגעראטעװעטע פון אקציעס פון מעזריטש, ביאלע־פאדלאסקי און אנדערע שטעטלעך, װי אויך אוגגארישע און טשעכישע ײדן. דער סדר פסח איז אפגעריכט געװארן אין דער װוינונג פון רבין ר׳ משהלע. דאס איז געװען גאךא יונגער מענטש• די ײדן האבן פמ אים שטארק געהאלטן און אים אפגעגעבן גרויס כבוד. דער יונגער רבי איז געװעןא זון םון פריערדיקן לוקאװער רב, װעלכער איז געהרגעט געװארן דורך די חיטשן בעת דער בלוטיקער אקציע נאך םוכות1942 יאר. צום םדר בײם רבין זעגען געװען עטלעכע און ועכציק פערזאן. אין ערשטן צימער זענען געזעםןא םערציק מענעד אמ אמ צװײטןא20 םרויען.

passage_6b343cc37bcf96fb608f1800