Original scan
Original memorial-book scan 386
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1337

382 ספר לוקןו װ די טישן זענען געווען שיין צוגעגרייט. די ליכט האבן געגרענט. דער יונגער רבי איז געזעסן אויבן אנגעטאן אין א מייסן קיטל. ארום אים די יידן מאונגארן און די איבעריקע — היימישע. יעדער איינער פון אונז האט באקומען א גלעזל און אנשטאט ײי האבן מיר געטרונקען רויטן בארשט. מצוח איז געווען גענוג. אויך האבן די איינארדענער פון סדר דערלאנגט צום טיש פיש, קארטאפל מיט װידא מפלײש. איינער האט אנגעקוקט דעם צווייטן און נישט געקוקט אויף דער פסחדיקער שטימונג האט דאם דערמאנט אין תשעה־באב און נישט איין דעם שיינעם יום־טוב פסח׳ דעם יום־טוב פון פרייהייט. דער רבי האט געטרייסט יעדן איינעם און געזאגט, אז מען דארף האבן בטחון, אז גאט וועט העלפן און מיר וועלן אלע באפרייט ווערן פון די נייע פרעהם. דער סדר איז פארענדיקט געווארן ארום האלבער נאכט. דעם צווייטן טאג פסח האבן אין געטא זיך באוויזן דריי שיכורע דייטשע זעלנער און אנגעהויבן שיסן. יידן האבן געמיינט, אז עס האט זיך אנגעהויבן אן ״אקציע״. מען האט זיך געלאזט לויפן אין די צוגעגרייטע באדעלטענישן. איך האב זיך באהאלטן אין שטוב און זיך איינגעהערט צו די געלעכטערס און געשרייען, באגלייטע מיט רעװאלװער־ שאסן. דאס האט געדויערט עטליכע שעה. ווען ס׳איז שטיל געווארן האבן מיר זיך דערװוסט, אז פון דער שיסעריי זענען געווען עטליכע ײדישע קרבנות. די ״אקציע״

passage_d355e204e20ef57e42107139
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1339-2588

װידער זענען אדורך עטליכע טעג און מען האט אנגעהויבן רעדן װעגן א נײער ״אקציע״. קיינער האט נישט געקענט זאגן פון װאנען די ידיעות נעמען זיך, אבער עפעס האט זיך געפילט אין דער לופט. די, װאם זענען געשטאנען נאענט צום ױדענראט זענען אומרויקער געװארן. ײח זענען װידער אװעק אין די דערפער זיך באהאלטן בײ באקאנטע פויערים. אנדערע האבן אין געהײם געבויט אין די מויערן און קעלערס באהעלטענישן, ״סכראנעם״, אבער דער גרעסטער טייל פון די ײדן אין געטא האט געװארט אויף ניסים. װאס ם׳װעט זיץ, זאל זיץ — םײ װי איז נישטא קײן אויסװעג. און ם׳איז געקומען דאס שרעקלעכע. זונטיק, דעם 5טן מאי, ארום 5 א זײגער פאר טאג, האב איך זיך אויפגעװעקט און דערדערט א מאדנע גערויש פון דרױסן. איך לויף צו צום פענצטער און דערזע, אז דאס געטא איז ארומגערינגלט מיט מיליטער. איך האב גלײך אלעמען אויפגעװעקט. אין קאפ בײ מיר האט אלץ זיך צונויפגעמישט, איך האב נישט פארשטאנען װאם דא קומט פאר, אבער לאנג טראכטן איז נישט געװען קײן צײט, איך האב דערזען װי אלע הײבן אן צו לויפן מיט פעקלעך. כדי אפצושרעקן און נאך מער צעמישן די ײדן, האבן די דײטשן, אוקראינער און לעטן אנגעד״ויבן צו שיסן און װארפן גראנאטן. דאס שרעקלעכע האט זיך אנגעהויבן. ע ם

passage_5205ce0280b115f623bd9368