םסר לוקא װ 381 אין געטא האט אנגעהויבן הערשן א טיפוס־עפידעמיע. טאגטעגלעך זענען געשטארבן צענדליקער מענטשן. אלע שטובן זענען פול געװען מיט קראנקע. די גרויסע ענגשאסט און די שװערע סאניטארע באדינגונגען האבן געהאלפן פארשפרייטן די שרעקלעכע קראנקייט. אויד ביי אונדז אין שטוב איז איעער סון די אײנוװינעד קראנק געװארן און פון אים האבן אנדערע זיך אנגעשטעקט. עס איז דאך נישט געװען װו צו גיץ ערגעץ אנדערש שלאפן. איֶץ מאל האב איך דערפילט, אז איך בין אויך קראנק. עטליכע טעג בין איך ארומגעגאנגען מיט היץ, געמײנט, אז איך װעל גובער זײן די קראנקײט, אבער עס האט גארנישט געהאלפן. איך האב זיך געמוזט אװעקלייגן אין װינקל פון צימער. עס איז נישט געװען ווער עס זאל זיך פארנעמען מיט מיר. איך בין געװען אײנזאם און סרעמד אין דער דאזיקער שטאט, אין אט דער שרעקלעכער צײט, װען יעדער אײנער וויל בלויז זיך ראטעװען. צװײ װאכן בין איך אזוי אפגעלעגן. איך האב זיך אפגעקאכט א ביסל װאסער עם געטרונקען דאס מיט זיסע צוקערלעך. דאס איז געװען מײץ גאנצע דערנערונג. איץ מאל בין איך אװעק צום דאקטאר. איך בין קוים געגאנגען אויף די סיס. אין די אויערן האט מיר גערוישט. דער דאקטאר האט זיך געװאונדערט װי אזוי איך האב געקענט קומען צו אים אין אזא צושטאנד.
עס איז מיר געגאנגען בעסער. א פאמיליע אין געטא האט זיך אינטערעסירט מיט מיר. א מיעחטאג האט מען מיר ארײנגעשיקט א ביסל זופ מיט א שטיקל ברויט. זײ האבן מיר געהאלפן עטליכע וואכן אן איבעררײס, ביז איך בין געזונט געווארן. שפעטער האבן זײ בײ מיר נישט געוואלט נעמען קײן גראשן. זײ האבן אפילו זיך באלײדיקט אויף מיר ווען איך האב זײ געוואלט באצאלן. פאר פסח 1943 האבן די ײדן אין געטא זיך גענומען גרײטן צום יום־טוב. איך אלימ האב מיטגעהאלפן בײם באקן די מצות. איך בין ערשט נאר װאס געקומען צו זיך נאך דער שװעטער טיפוס־קראנקײט, װאס איך האב אדורךגעמאכט אין געטא. אין לוקאװ איז שוין דאן געװען װייניק ײדן פון שטעטל גומא. עס האבן זיך געפונען אפגעראטעװעטע פון אקציעס פון מעזריטש, ביאלע־פאדלאסקי און אנדערע שטעטלעך, װי אויך אונגארישע און טשעכישע ײדן. דער סדר פסח איז אפגעריכט געווארן אין דער װוינונג פון רבי׳ן ר׳ משהלע. דאס איז געװען גאר א יונגער מענטש • די ײדן האבן אים שטארק געהאלטן און אים אפגעגעבן גרויס כבוד. דער יונגער רבי איז געװען א זון םון פריערדיקן לוקאװער רב, װעלכער איז געהרגעט געווארן דורך די חיטשן בעת דער בלוטיקער אקציע נאך סוכות 1942 יאר. צום סדר בײם רבי׳ן זענען געװען עטליכע און צװאנציק פערזאן. אין ערשטן צימער זענען געזעסן א פערציק מענער און א צװײטן א 20 פרויען.