ססר לוקאו ו 383 האט אויסגעזען, װי יעגער װאלטן זיך געלאזט אין וואלד ארײז א מ ד י באשעפעגיש ן װילן מיט אלע כוחות זיך ראטעװען... איך האב זיך דערמאנ ט אין מײנער חברטע, װאס האט געוװינט דערנעבן. אי ו בין געלאפן צ ו ■אי ר זען װאס זי טוט. די חברטע איז געװען פון אונגארן. װי אי ו האב שוין געשריבן׳ האט מען קיץ לוקאװ געבראכט ײדן פון אונגארן כדי זײ דא אומצו־ ברענגען. װען איך בין ארײן צו איר אין שטוב בין איך געבליבן דערשטוינט פון דעם בילד, װאס איך האב דעחען, א בילד, װאס האט מיך געמאכט אויפשוידערן. בײ מײן חברטע אין שטוב זענען געװען פארזאמלט בערך א 50 אונגארישע און טשעכישע ײדן. זײ זענען געװען אנגעטאן אין טליתים און אין די תפילין און געזאגט תהילים. װען איך בין געקומען צו זײ נאך דער ערשטער איבערראשונג האב אי ו אויפגעזוכט מײן חברטע און איר פארגעלײגט, אז מיד זאלן זיך פרובען ראטעװען. אין לוקאװ זענען פאראן א ם ך באהעלטענישן און עס איז נאך נישט צו שפעט, וױיל די מערדער געפינען זיך נאך אויף יענער זײט פון געטא. אבער די חברטע האט געזאגט, אז ם׳איז נישט נײטיק זיך צו באהאלטן און צו ראטעװען זיך. ״מיר קומען אום אויף קידוש השם, װײל גאט האט אפגעזאגט יעדע הילף״.
איך בין ארויס פון מיץ חברטע ס שטוב. יעדע סעקונדע האט דעמאלט דעצידירט װעגן לעבן. איך האב דערזען װי א פרוי לויפט ארײן אין א הויף. איך האב פאד־ שטאגען, אז זי װיל זיך באהאלטן. איך בין נאכגעלאפן נאך איר. זי איז ארויפ אוי ף א לײטער צו א בוידעם און גלייך גאך זיך מיטגענומען דעם לײטער. איך בין געבליבן אין דרויםן. באלד האב איך װידער דערזען װי עטליכע ײדן זענען אריץ אין א באהעל־ טעניש, אבער מיך האט מען װידער גישט געװאלט אהין ארײנלאזן. און װידער האב איך דערזען װי א פרוי לויפט מיט א מײדל. איך בין אװעק נאך זײ. מיד זענען אריץ אין א הויף און זײ האבן אגגעהויבן שרײען <״איטשע, ראטעװע!״ װי אויטאמאטיש האט זיך אראפגעלאזט א לײטער און זײ האבן אנגעהויבן ארױפצו־ שפרײזן. איך בין ארויפ גלייך מיט זײ און איך בין זײ כסדר נאכגעגאנגען. פון בוידעם האבן זײ זיך אנגעהויבן צו רוקן אויף אלע פיר, איך נאך זײ. ע ם איז געװארן פינצ־ טער, אבער שפעטע ר האב איך דערזען פץ דער װײטג ם א קליץ ליכט־פלעמל און איך האב פארשטאנען, אז צו דעם ארט מוז מען זען צוקומען. דורך פאדשידענע װעגן בין איך זײ נאכגעקראכן. דער װעג איז װאס א מא ל אלץ שמאלער געװארן. אזוי זענען מיר דערגאנגען צום באהעלטעניש.
װען מיר זענען אריץ אין דער עפענונג, װאם איז געװען געמאכט אין םאמע מויער״ האבן דארט פאר אונז זיך שוין געפונען פינף פערזאן. זײ האבן פארמאכט גאר אונז דעם אדיעגאנג. דער רוים פונעם באהעלטעניש איז געװען זײער אנידעױקער. עס איז דארט געװען א קליץ געהײם פענצטערל, װאם האט אונח געגעבן םײ א ביסל ליכט׳ םײ