Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 38
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1024

34 ספר לוקאװ אויםשטענדלער מיט זײערע פירערס האבן שיקאנירט די יידן. ממילא אויך לוקאווער ײדן. זײ האבן געמוזט טראגן די שװערע לאסט פון כלערלײ שטײערן. ײדן אין לוקאװ און אינעם קרײז, װאס האט געהערט צו לוקאװ, האבן געמוזט צושטעלן רעקרוטן אדער זיך אויסקויפן פונעם דינסט.- פאר יעדן רעקרוט50 גילדן. אין סעפטעמבער האט דער העכסטער נאציאנאלער ראט ארויסגעלאזט אן אונױוער* סאל, װאס האט זײ מחײב געװען צוצושטעלן העמדער פאר דער ארמײ אדער אן אפצאל פון3 גילדןא העמד. זײ האבן אויך געדארפט צושטעלן שטיװל און סיערמינגעס. יעדע פינף קוימענס האבן געדארפט צושטעלן צוױי העמדער, פאר די שטױול און סיערמינ־ געס האט די מאכט געזאלט אלײן באצאלן. אחוץ די אויבנדערמאנטע שטײערן, װאס זענען געװען אלגעמײנע, איז אויף ײדן ארויפגעלײגט געװארןא ספעציעלער שטײער אין דער הויך פון63.546 גילדן. הױת װי די ײדישע באפעלקערונג האט דעמאלט געצײלט1372 נפשות, קאן מען זיך פארשטעלן, װי שװער עס אייז געפאלן דער דאזיקער שטײער אויף די ײדן.־׳-

passage_c25c3fe1b2bc7f20245f36d4
Passage 2normalized OCR · source chars 1026-2291

ספעציעל געליטן האבן די ײדן אין לוקאװ און אין לוקאװער קרײז פוןא געװיסן קאל. סטרזשיצינסקי. ער האט דורכגעפירט רעקװיזיציעס, װאס זענען געװארן מעשים בכל יום, און ײדן האבן געליטן מער פח אנדערע. סטרזשיצינסקי האט אײנפאך בארויבט די ײדן. די געליטענע האבן געשיקט אנקלאגעס קעגן דעם אויבנדערמאנטן סטרזשי־ צינסקי צו די גענעראלן פאטאצקי און באראנאװסקי פון דעם העכסטן נאציאנאלן ראט. אויך האט דער רעפרעזענטאנט פון דעם העכסטן נאציאנאלן ראט,א געװיסער טאמא־ שאװסקי, געשיקט ענלעכע באריכטן צום נאציאנאל־ראט.״- ס׳איז נישט באקאנט, װאס דער נאציאנאל־ראט האט געטאן צו פארריכטן די עװלה, אויב ס׳איז בכלל עפעס געטאן געװארן אין דאזיקער הינזיכט. סוף כל סוף איז סטרזשיצינסקי נישט געװען אן אויסנאם. אויך אנדערע האבן שיקאנירט די ײדן. דער ײד איז געװען הפקר. ער האט געליטן סײ פון די אױפשטענד־ לער און סײ פון זײערע באקעמפער. די רעװאלוציאנערע מאכט האט ארויסגעלאזט פאפיר־געלט, װאס די באפעלקערונג האט נישט געװאלט אנערקענען. כדי צו פאפולאריזירן דאס נאציאנאלע געלט האט דער העכסטער נאציאנאל־ראט ארויסגעשיקט אינסטרוקציעס, אז מען זאל מאכן װענ־ דונגען אין די קירכעס און, להבדיל, שולן און בתי־מדרשים און װעקן צוטרוי צום פאפיר־געלט בײ דער באפעלקערונג.

passage_280b88a46df74df93a95d191
Passage 3normalized OCR · source chars 2293-2764

עס האט זיך אויפגעהיטןא באריכט פון דעם אויבנדערמאנטן טאמאשאװסקי, װאם ער האט געשיקט צו זײנע עלטסטע אין נאציאנאל־ראט. ער שרײבט, אז ער האט באפוילן די ײדן אין לוקאװער קרײז צו פארעפנטלעכן דעם דעקרעט װעגן פאפיר־ געלט און באשטימעןא געהעריקן קורס, װעט אויך דער פויער באקומען צוטרוי צום פאפיר־געלט. מיר וױיסן נישט צי דער רוף האט טאקע געהאלפן. עס איז אבערא פאקט, אז פיל מענטשן זענען געװארן ארעמע־לײט צוליב דעם געלט.

passage_3b2a4539a971dcc0ab4408a3