34 ספר לוקא װ אויםשטענדלער מיט זײערע פירערס האבן שיקאנירט די יידן. ממילא אויך לוקאווער ײדן. זײ האבן געמוזט טראגן די שװערע לאסט פון כלערלײ שטײערן. ײדן אין לוקאװ און אינעם קרײז, װאס האט געהערט צו לוקאװ, האבן געמוזט צושטעלן רעקרוטן אדער זיך אויסקויפן פונעם דינסט. - פאר יעדן רעקרוט 50 גילדן. אין סעפטעמבער האט דער העכסטער נאציאנאלער ראט ארויסגעלאזט אן אונױוער * סאל, װאס האט זײ מחײב געװען צוצושטעלן העמדער פאר דער ארמײ אדער אן אפצאל פון 3 גילדן א העמד. זײ האבן אויך געדארפט צושטעלן שטיװל און סיערמינגעס. יעדע פינף קוימענס האבן געדארפט צושטעלן צװײ העמדער, פאר די שטױו ל און סיערמינ ־ געס האט די מאכט געזאלט אלײן באצאלן. אחוץ די אויבנדערמאנטע שטײערן, װאס זענען געװען אלגעמײנע, איז אויף ײדן ארויפגעלײגט געווארן א ספעציעלער שטײער אין דער הױך פון 63.546 גילדן. הױת װי די ײדישע באפעלקערונג האט דעמאלט געצײלט 1372 נפשות, קען מען זיך פארשטעלן, װי שװער עס איז געפאלן דער דאזיקער שטײער אויף די ײדן.־׳ -
ספעציעל געליטן האבן די ײדן אין לוקאװ און אין לוקאװער קרײז פון א געװיסן קאל. סטרזשיצינסקי. ער האט דורכגעפירט רעקװיזיציעס, װאס זענען געװארן מעשים בכל יום, און ײדן האבן געליטן מער פח אנדערע. סטרזשיצינסקי האט אײנפאך בארויבט די ײדן. די געליטענע האבן געשיקט אנקלאגעס קעגן דעם אויבנדערמאנטן סטרזשי־צינסקי צו די גענעראלן פאטאצקי און באראנאװסקי פון דעם העכסטן נאציאנאלן ראט. אויך האט דער רעפרעזענטאנט פון דעם העכסטן נאציאנאלן ראט, א געװיסער טאמא־שאװסקי, געשיקט ענלעכע באריכטן צום נאציאנאל־ראט.״ - ס׳איז נישט באקאנט, װאס דער נאציאנאל־ראט האט געטאן צו פארריכטן די עװלה, אויב ס׳איז בכלל עפעס געטאן געװארן אין דאזיקער הינזיכט. סוף כל סוף איז סטרזשיצינסקי נישט געװען אן אויסנאם. אויך אנדערע האבן שיקאנירט די ײדן. דער ײד איז געװען הפקר. ער האט געליטן סײ פון די אױפשטענדלער און סײ פון זײערע באקעמפער. די רעװאלוציאנער מאכט האט ארויסגעלאזט פאפיר־געלט, װאס די באפעלקערונג האט נישט געװאלט אנערקענען. כדי צו פאפולאריזירן דאס נאציאנאלע געלט האט דער העכסטער נאציאנאל־ראט ארויסגעשיקט אינסטרוקציעס, אז מען זאל מאכן װענדונגען אין די קירכעס און, להבדיל, שולן און בתי־מדרשים און װעקן צוטרוי צום פאפיר־געלט ביי דער באפעלקערונג.
עס האט זיך אויפגעהיטן א באריכט פון דעם אויבנדערמאנטן טאמאשאװסקי, װאם ער האט געשיקט צו זײנע עלטסטע אין נאציאנאל־ראט. ער שרײבט, אז ער האט באפוילן די ײדן אין לוקאװער קרײז צו פארעפנטלעכן דעם דעקרעט װעגן פאפיר־ געלט און באשטימען א געהעריקן קורס, װעט אויך דער פויער באקומען צוטרוי צום פאפיר־געלט. מיר װײסן נישט צי דער רוף האט טאקע געהאלפן. עס איז אבער א פאקט, אז פיל מענטשן זענען געװארן ארעמע־לײט צוליב דעם געלט.