Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 391
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-912

ספר לוקאו ו 387 װאם טוט מען זי מיר זענען שוין האלב טויט פון הונגער, דורשט און שרעק. אױב אפילו די אוקראינער װעלן אונז נישט אנטדעקן, װעלן מיר סײ װי אויסגײן פון הונגער. מיר פאלט אײץ א געדאנק צו אנטלויפן אין װאלד אריץ. איך גיב איבער מיץ פלאן פאר די אנדערע און איך לײג פאר, אז מיר זאלן שוין הײנטיקע נאכט ארויס פון באהעלטעניש און אװעק אין װאלד אריץ. דער גרעסטער טייל איז מסכים, אבער אנדערע זענען אזוי אפאטיש און אויסגעשעפט, אז זײ װילן נישט הערן דערפון. סײ װי, זאגן זײ, װעלן מיר אומקומען. בײ די װאם װילן יא אװעק פון דאנען, אנטשטײט די פראגע װער ס׳װעט זיץ דער ערשטער, װער װעט אנפירן מיט דער גרופע. איך האב באשלאסן ארויסצוקריכן די ערשטע און זען צי מען קען גײן, אויב יא, װעל איך געבן א צײכן און מיר װעלן אװעק. 1 א זײגער בײ נאכט האט אײנער פון די, װאם האבן געקענט דעם געהײמען ארײנ-

passage_5f1d25b088f9e9fa3aa5529f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 914-2759

גאנג פון דער באהעלטעניש ׳ אװעקגענומען פון דער עפענונג עטליכע ציגל און איך בין ארויסגעקראכן אויף אלע פיר. איך בין אװעק אלץ װייטער און װייטער פון דער עפענונג׳ ביז איך האב זיך געפונען אויפן בוידעם. נא ך אײדער איך באװײז א טראכט צו טאן האט מיר א לײכט געטאן אין פנים א ן עלעקטריש לעמפל. איך האב ז׳ך צוריק־ געצויגן און צוגעשארט זיך צו דער װאנט׳ איך בין זיכער געװען׳ אז אוקראינער האבן מיך אנטדעקט און איצט װעט זײן מיץ םוף׳ אבער מיט א מאל האט זיך מיר אויסגע־ דוכט׳ אז איך הער רע ח ײדיש. יא׳ הײםט עס׳ אז חוץ אונדז געפינען זיך דא נאך ײדן. איך בין דרײסטער געװארן און גערוקט זיך צום ארויםגאנג פונעם בוידעם׳ ווו איך האב שוין דײטלעך געהערט א ײדיש געשפרעך. פון אנהײב האב איך נאך מורא געהאט׳ אז דאס זענע ן אוקרארנער׳ װאם רע ח םפעציעל ײדיש׳ אבער איך האב איבערגעטראכט׳ אז װען דאס זאלן זיץ אוקרארנער װאלטן זיי מיך שוין לאנג געכאפט. װען איך בין צו צום ארויםגאנג און גענומען די שנוד כדי זיך אראפצולאזן׳ האט מען מיר א לײכט געטאן אין די אויגן און געפרעגט אויף ײדיש װער איך בין. איך האב גארנישט געענטפערט׳ נאר גלייך זיך אראפגעלאזט מיט דער שנור. איך האב דערזען פיר ײדישע מענער. זיי האבן זיך אנגעהויבן אויספרעגן װער ם געפינט זיך ביי אונדז. צי ריתל באטשאן׳ פראסט אדער צױועל געפינען זיך נישט ביי אונדז אין באהעלטעניש. זיי האבן מיד דערצײלט׳ אז זיי זוכן שוין לאנג דעם ״סכראן״׳ ווו זיי האבן זייערע פאמיליעס. איך בין צוריק ארויף אויפן בוידעם׳ געגעבן דעם אפגערעדטן םימן און באלד האבן אלע זיך אגגעהויבן ארויםרוקן פון ״םכראן״. די 4 מענער האבן טאקע געפונען זייערע נאענטע. זיי האבן מיט זיך געהאט ברויט. מיר זענע ן צוגעפאלן צו דעם ברויט׳ גענומען רײםן דערפון שטיקער אץ שלינגען. קי ץ װאסער האבן מיר אין דער םינצטער נישט געקענט געפינען.

passage_f7248419e4e577687cd9c619
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2761-2923

ארום איז געװען שטיל. די 4 מענער האבן אונז געהײםן האלטן זיך רוןק. זײ װעלן אונז פיר ן מיט הינטערװעגן אין װאלד אריץ׳ װועם איז פאר אונז שױן

passage_aa0de0753f3f88992eefafed