390 ספר לוקאו װ איין מאל, ביי נאכט. האט זיך אונדז אויסגעדוכט, אז מיר דערהעבן עפעס א גערויש. מיר האבן נאכגעשפירט און דערהערט א געשפרעך אויף ײדיש. מיר האבן זיך דער־ נענטערט צו זיי אװאגגעהויבן צו שמועסן מיט זײ. עס האט זיך ארויסגעװיזן, אז זײ זענען א גרופע םמ10 מענער, איין פרוי מיט א קינד. ווידער זענען מיר געװען א גרויסע פאמיליע. די באגעגנטע גרופע איז באשטאנען פון זייער ענערגישע מענטשן, אויסגעדינטע זעלנער און זײ האבן געהאט געװער מיט קוילן. עס איז שוין יוני. יעדן טאג קומען פאר אבלאװעם אין װאלד און כמעט שטענדיק סאלט עמעצער םמ אונדז. מיר האבן באשלאסן צו ארגאניזירן אן אנפאל אויף די דײטשן. נקמה איך און נאך א פרוי זענען באשטימט געװארן אויסצושפיאנירן װו עס געפינען זיך דײטשן און װען זײ פארן מיט װעג. די פרוי, װאם איז געגאנגען צוזאמען מיט מיר, האט גוט געקענט די געגנט. מיר האבן זיך געשאפן דארפישע מלבושים און מיר האבן אױםגעזען װי אמתע פויערטעס. 10 א זײגער אין דער םרי זענען מיר אוועק אין דארף לאזי׳ ארום צו א פויערטע און זיך געפרעגט אויף עמעצן מיט אן אויסגעטראכטן נאמען. שפעטע ר האבן מיר דים־ קרעט אויסגעפרעגט די פויערטע, װי עס זעט דאם אויס אין דארף מיטן קאנטינגענט. מיר האבן דערצײלט דער פויערטע א מעשר״ אז מיר שטאמען פון דאדף אפאלע נעבן שעדלעץ און דארט איז געפערלעך, ווייל די דייטשן שיקן ארוים אויף ארבעט.
מיר זענען צוריקגעקומען אין װאלד ארץ און איבערגעגעבן אונדזערע ידיעות ווען די דייטשן קומען אין דארף ארײן נאכן קאנטינגענט. אונדזער אנפירער האט אויםגעארבעט דעם פלאן פון אנפאל אויף די דײטשן. מען האט צוגעגרײט דעם געווער. דעם 8טן ױני זענען די דײטשן געװען אין דארף לאזי. פון דארט האבן זײ געדארפט םארן קײן ראדזין. די דײטשע גרופע איז באשטאנען פון 5 זשאנדארן, װאם זענען געפארן אויף 2 מאטאציקלען. אויפן ראדזינער שאםײ איז געווען א געדיכט וועלדל, און דארט האבן מיר באשלאםן די אפצװוארטן. דעם 8טן ױני אין דער פרי האבן די חברים, װאם זענען אוועק אויספירן דעם אנפאל, זיך געזעגנט מיט אונז אין בונקער. זיי זענען אװעק אויף דער ערשטער הײליקער ארבעט. מיר האבן די געווונטשן, אז עס זאל זיי געלונגען דער ערשטער אנפאל פון אונדזער גרופע אויף די פאדהאםטע דײטשן. 8 א דיגער אין אװנט האבן די זיך אומגעקערט א מ דערצײלט װי אזוי דער אנפאל איז פארגעקומען. א גאנצן טאג זענען זײ געלעגן א מ געלויערט אויף די געםט. ענדלעך, פאר נאכט האבן די געהערט א גערויש פױ א מאשין. די חבר האט זיך געמאכט גרייט אויפצונעמען די דײטשן מיט פײער. די דײטשן זענען זיך געזעסן רױק א מ די מאטא ־ ציקלען א מ גארנישט חוקזד געװען. באלד האט אויף זײ זיך א שאט געטאן א האגל פ מ קוילן פון די ײדישע נקמה־נעמער, און איידער די דײטקזן האבן זיך געכאפט צום געװער