Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 405
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1399

ססר לרקאר ו 401 דו ביסט ארויס פון באהעלטעניש און גענומען די צעפעם. מיר האבן ביידע געדרעשט די תבואד״ אז די םטאדאלע האט זיך געטרײםלט. ווען דו ביסט ארויס פון די? באהעלטעניש, האב איך דיך דערזען אן אויסגעצויגענעם, אן אויסגעװאקםענעם, דו ביסט געווען א בחור פון 16 אץ א האלף יאר, װי שיץ און װי שטארק דו ביסט דעמאלט געווען: דו האסט מיך ארומגענומען און צום ערשטן מאל אין לעבן האסטו מיך געקושט. דו האסט מיר געדאנקט און מיך איבערגעבעט פאִר אלעם. ״עלוש, האסטו געזאגט, ביסט אזא גוטער פאִר מיר״. מיד האבן זיך געקענט דערלויבן אזוי פרײ צו פיח זיך, װױיל די באלעבאםטע מיט די קינדער און אויך די שכנים זענען אין יענעם טאג ארויםגעפאח קי ץ לוקאװ אויפן מארק. דער ליכטיקער און טײערע טאג האט זיך געענדיקט. די פיח האבן זיך אומגע־ קערט פון שטאט. אין ״פאדוװר״ האט זיך אריינגעקײקל ט דער װאגן םץ מײן בא־ לעבאמטע. מיר איז שווער געווען צו צעשײדן זיך מיט מײן ברודער שאול און ער האט שוין נישט געוואלט צוריקגי ץ אין זיץ באהעלטעניש. איך האב אים געבעטן און גע־ װארנט. ער האט אלץ פארשטאנען, אבער ער האט נישט געוואלט גי ץ צוריק אין לעבע־ דיקן קבר. ״איך װױל זיך נאר קויפן א פאר שיך אויפן װינטער, האט ער געזאגט, אץ אפשר װעל איך שוין דעם װינטער איבערלעבן אין געטא?״ עם האט מיך געשניטן בײם הארץ ווען מיד האבן זיך געזעגנט. מיץ ברודער איז אװעק אין געטא.

passage_bf8f36cc3c20f432e5f4c256
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1401-2459

מיץ מוטער צוזאמען מיטן צווייטן ברודער איז דעמאלט געװען באהאלטן אין א דערבײאיקן דארף. נאך א קורצער צײט האבן זײ געמוזט אװעק פון דארט, װײל די קריסטן האבן זײ שוין מער נישט געקענט אדער געװאלט האלטן בײ זיך. איץ מאל האט די באלעבאסטע געהײםן מיך עפעס אראפנעמען םץ בוידעם. װען איך בין ארויפגעקראכען אהין, האב איך דערזען, וױ מײן קישן רירט זיך דארט, און דערנעח — מײן מוטער און דער ײנגםטער ברודער. זײ לעבן, זײ האבן זיך ארוים־געראטעװעט פון לוקאװער געטא. ״און וױ איז שאולז״ — האב איך געפרעגט. ״ער האט נישט געװאלט ארײגגיץ באהאלטן זיך קעלער״ — האט די מוטער געענטפערט. ״אץ װי אזוי האט איר זיך געראטעװעט ז״ — האב איך װײטער געפרעגט. ״כ׳האב זיך אײנגעװיקלט מיט יאקובן אין דעם שװארצן פאלטן, באהאלטן זיך אין װינקל סון קעלער אץ באשלאסן נישט צו רי ח זיך פון ארט. װען מען האט אנגעהויבן שיםן און ארויסטרײבן פון קעלער, האבן מיר פון ארט זיך נישט גערירט״. און דאם זענען געװען די אויגן, װאם האבן געזען דעם אונטערגאנג םון די לוקא׳ װער ײדן.

passage_0105484782cd993abf2a4731