Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 40
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1168

36 ספר לוקאו און שמד. דאך איז נישט א קיצמינדער שאטן פון צװײפל, אז יידן האבן געלעכצט נאך א ביסל פרײהײט, צו װערן בירגער מיט גלײכע רעכט און פליכטן. דעם 22סטן יולי 1807 איז װירקלעך פארעפנטלעכט געװארן אזא געזעץ. ער איז געװען חל אויף דעם פרײםיש־אקופירט געביט, װאם איז אריבער צום פירשטנטום. מען קען זיך פארשטעלן, אז זײערע ברידער אין דעם אקופירט געביט אונטער עםטרײך און רוםלאנד האבן מקנא געװען זײע־ע ברידער, װאם זענען געװארן בירגער פון דעם אויסגעריכטטן פירשטנטום. זײ האבן אויסגעקוקט אויף זײער מלאך־הגואל — דעם קײםער נאפאלעאן און האבן זיך דערװארט. אבער גאנץ גיך איז די האפענונג פארשװונדן װי א רויך. נאפאלעאן האט אין צװישנצײט מאדיפיצירט זײן דעקרעט: ײדן האבן געדארפט װארטן נאך צען יאר, ביז די גלײכבארעכטיקונג װעט זײ געגעבן װערן. אין די צען יאר — ד. ה. אין דער דאזיקער איבערגאנגם־צײט — האבן ײדן געדארפט זיך פארדינען די גלײכע רעכט. דער ײד האט געדארפט װערן א ״צױויליזירטער מענטש״, הײנו, צופאסן זיך צו דער אלגעמײנער באפעלקערונג, טראגן די זעלבע בגדים, רעדן די זעלבע שפראך און זיך באנוצן מיט דער נאציאנאלער קולטור אאז״װ.

passage_aee2dbbe6a734c1b458c1a61
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1170-2462

די פוילישע פירערם, װעלכע האבן אװדאי נישט געהאט קיץ אינטערעס צו זען אין דעם ײדא גלײכן בירגער, האבן זיך אנגעכאפ ט אין דער דאזיקער מציאה. זײ האבן געמאכט א פירוש צו נאפאלעאנם דעקרעט. דאם פירשטנטום האט נישט גע־ װאלט אנערקענען דעם דעקרעט אלם א זאך, װאם איז חל אויפן כלל, נאר געזאגט צו צו גאראנטירן גלײכבארעכטיקונג צו יענע׳ װעלכע װעלן דערפילן די פארשריפטן פון דעם געזעץ אין װארט און גײםט. אט דער פירוש האט געטראפן די ײדן. װארעם די פוילישע אויטאריטעט ן האב ן געדארפט געבן זײער הסכמה׳ אז ײדן זענען באמת מקײם די פארשריפטן פונעם געזעץ ם׳האט זײ קײנער נישט געקענט צװינגע ן צו אנערקענען, אז דער אדער יענער איז געװארן צױויליזירט. באזונדער ם געטראפן האטעם יענע, װעלכע זענע ן געװען גרײט צו טאן אלץ, כדי צו װערן עמאנציפירט. דאר ף מען מען צוגעבן, אז אין יענער צײט האט אנגעהויבן אויפקומען דער קאפיטאליםטישער קלאם׳ און א קלײנע צאל יידן האבן באװיזן צו װערן עשירים, געװען באנקירן, אינדוםטריעלער, גרויםע םוחדים, ארענדארן און גוט־באזיצערם. אט יענע גבירים, װאס זענע ן געװען גרײט מקריב צו זײן אלץ צוליב דעם טאפ־לינדזן פון דער אזוי אויסגעבענקטער עמאנציפאציע, פלעגן פארװארפן דער מאכט מיט ביטעס און אויפוױחן, אז זײ האבן זיך כשד פארדינט צו װערן עמאנציפירט.

passage_24437ef985a2a8c506e96bee
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2464-2799

אזא ״פראגרעסיסט״ איז געװען אונדזער לוקאװער אברהם מענלםבורג.ס גװױיזט אויס, אז ער איז אמאל געװען א גביר, און געװארן א ױרד (אפשר מחמת די געשעענישן אין לאנד). אין זײנע ביטעס שרײבט ער, אז אים קומט צו באקומען גלײכבארעכטיקונג, װײל זײנע קינדער ?ענעז רעיזאץ שרײבן פויליש. הגם, שרײבט ער װייטער, עד

passage_90047f9a8e4bebc126b07aca