426 םםר לוקןז װ אין עטלעכע טעג ארום האט א דײטשער שטראף־באטאליאן ארומגערינגלט די שטאט און גענומען שיםן, רויבן און ברענען די הײזער. די פרויען האט מען צונויפגע־ שטופט אין א שרעקלעכער ענגשאפט אין שפיטאל. עטלעכע קינדער זענען דערשטיקט געװאח אין דער ענגשאפט. אלעמענער האט מען געהײסן זיך שטעלן אויפן פלאץ פארן קאשטשאל אויף די קני. איבער די גאסן האט מען געזען ליגן טויטע. צווישן זײ געדענק איך: אהרן משהם זון דוד װאטענמאכער, דער עםיקמאכער, יאמפע װיכנע ס זון. מיר זענען געשטאנען אויף די קני ביז פאר נאכט. דאן איז געקומען א באפעל זיך אויפצוהײבן. מען האט דורכגעפירט בײ אונדז א רעװיזיע, צוגענומען אלע אונחערע פערזענלעכע זאכן, אויסגעשטעלט צו זעקס פערזאן אין א רײ און געפירט הינטער דער שטאט. דארט האט מען אונח געװארנט דורך א הילכער, אז װער עס װעט ארויס פון דער רײ, װעט גלײך דערשאםן װערן. מען האט אונדז געפירט אויפן װעג קײן שעדלעץ. נעבן מיר אין מײן .ײי איז גע־ גאנגען װעאו מאטלער. איך האב זיך פארטרוי פאר אים, אז איך וויל אנטלויפן. ער האט מיך געראטן דאס נישט צו טאן, װײל די דײטשן װעלן מיך דערשיםן. ער האט מיך פשוט צוגעהאלטן בײ דער האנט און נישט געלאזט לויפן.
װען מיר האבן זיך דערנענטערט צום ביארצער װאלד, האב איך זיך אומגעקוקט צי די דײטשע װאכט איז װײט פון מיר. איך בין שנעל אחין אין א ראװ, און פון דארט — אין װאלד. איך האב דערהערט הינטער זיך א שיסערײ. אין װאלד בין איך געליגן א שעה צייט. װען עס איז ארום געװארן אין גאנצן שטיל, האב איך גענומען קריכן אויף אלע פיר. איך האב זיך אנגעשטויסן אין עמעצן. אויף מיץ פראגע װער ער איז, האט ער געענטפערט, אז ער איז א פאליאק און ארבעט אין ראלניצע. מיר האבן גענומען גיך צוריק א הײם. אויפן װעג האבן מיר געזען, װי אלע װאגאנען זענע ן געװען איבערגעקערט, און בכלל איז געװען א חורבן, אז ם׳איז שרעקלעך געװען זיך אומצוקוקן. אויסן פעלד בײם חזיר־מארק זענען געליגן בינטלעך ייִדן מיט זייערע קינדער. פון זיי האב איך זיך דערװוסט, אז די גרופע, פון וועלכער איך בין אנטלאפן אין װאלד אחץ, האט מען אװעקגעפירט קיץ װענגראװ. א סך פון זיי האט מען דערשאסן אויפן װעג: צווישן זיי איז אויך געװען װעלװל מאטלער, * בערטשע גאנםקי איז געשיקט געװארן מיט זײן פוילישער אפטײלונג אויף דער ערשטער ליניע פון פראנט. ער האט זיך באטײליקט אין די ערשטע שװערע שלאכט קעגן די דײטשן, אבער אים איז געלונגען ארויסצוגיסן א גאנצער פץ אלע געפאנגענע. ווען זײן פולק איז צעקלאפט געװארן און יעדער איז אװעק װו ד י אויגן האבן