Original scan
Original memorial-book scan 431
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1066

סםר לוקאוו 427 געטראגן, האט צו גאנםקין זיך געװענדט זיץ קאמאנדיר,א פארוטשניק׳ און צו אים געזאגט> — נעם די װאגנם מיטן בעםטן פראװיאנט פון פולק> טיי, צוקער, פאפיראםן און פאר אין דער ריכטונג פון לובלין—לוקאװ. בערטשע גאנםקי האט אזוי געטאן אװ ער איז געפארן אין דער ריכטונג פון לוקאװ. ערב ױם־כיפור איז ער אנגעקומען קיין פארטשעװ און באשלאםן דארט איבער־ צװוארטן ביז נאך יום־כיפור. דורכגייענדיק דאם שטעטל האט ער דערהערט ווי איץ פרוי קלאגט זיך פאר דער צװײטער, אז עם איז נישטא קיץ ליכט צו בענטשן. בערטשע האט תיכף אראפגענומען פון װאגןא קאםטן ליכט און צעטײלט צװישן אלע פרויען. די וױיבער האבן געטענד׳ט, אז דאם איז נישט קײן מענטש, נארא מלאך פון גאט. און ווען בערטשע האט צװישן די פרויען צעטײלט אנדערע שפײז־פראדוקטן, האבן זײ אים גע־ װינטשן דאם אײביקע לעבן. די ברכות זענען אבער נישט מקוים געװאת. אהײמגע• קומען, האט בערטשע נאך באװיזן חתונה צו האבן, אבער באלד דערנאך איז ער דערשאםן געװארן בײ זיץ אײגענער שטוב דורךא פאלקםדײטש נוימאן.

passage_062268186331dce810767d81
Passage 2normalized OCR · source chars 1068-1861

צו ערשט האט דער פאלקםדײטש דערשאםן בערטשעם פאטער. בערטשע איז דאן געלעגן באהאלטן אין ״םכראן״. װען ער האט דערהערט דעם שאם, איז ער ארוים ראטע־ װען דעם טאטן. נוימאן האט אנגעהויבן רעדן צו אים כלומרשט פרײנדלעך, אז ער קען זײן שװאגער אבא דישעל און אזוי רעדנדיק האט ער ארײנגעשאםןא קויל אין בערטשען. דער זון איז געפאלןא טויטער אויפן קערפער פון זײן פאטער. װען בערטשעם פרוי שיינדל (צוקעדמאן פון דער היים) האט דערהערט װי מ׳האט דערשאםן איר מאן, האט זי געװאלט ארויס פון ״םכראן״ און אומקומען אזוי װי איר מאן, אבער די אנװעזנדיקע אין ״םכראן״ האבן נישט דערלאזט צו דעםן זי איז געװען שװאנגער אין אכטן חודש. שײנדל האט אבער נישט געקענט רוען. זי איז אװעק אין מאגיםטראט און אליץ זיך צוגעשטעלט צום טויט.

passage_6df015745c02d38a58f60959