סםר לוקאו ו 427 געטראגן, האט צו גאנסקין זיך געוואנדט זיץ קאמאנדיר, א פארוטשניק׳, און צו אים געזאגט > — נעם די װאגנס מיטן בעסטן פראװיאנט פון פולק, טיי, צוקער, פאפיראמן און פאר אין דער ריכטונג פון לובלין—לוקאװ. בערטשע גאנסקי האט אזוי געטאן און װער איז געפאװן אין דער ריכטונג פון לוקאװ. ערב יום־כיפור איז ער אנגעקומען קיין פארטשעװ און באשלאסן דארט איבער־ צװארטן ביז נאך יום־כיפור. דורכגייענדיק דאס שטעטל האט ער דערהערט װי אײן פרוי קלאגט זיך פאר דער צװײטער, אז עס איז נישטא קײן ליכט צו בענטשן. בערטשע האט תיכף אראפגענומען פון װאגן א קאסטן ליכט און צעטײלט צװישן אלע פרויען. די װיבער האבן געטענד׳ט, אז דאס איז נישט קײן מענטש, נאר א מלאך פון גאט. און װען בערטשע האט צװישן די פרויען צעטײלט אנדערע שפײז־פראדוקטן, האבן זיי אים גע־ װינטשן דאס אײביקע לעבן. די ברכות זענען אבער נישט מקוים געװאת. אהײמגע־ קומען, האט בערטשע נאך באװיזן חתונה צו האבן, אבער באלד דערנאך איז ער דערשאסן געװארן ביי זיץ אײגענער שטוב דורך א פאלקסדײטש נוימאן.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1066
passage_062268186331dce810767d81
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1068-1861
צו ערשט האט דער פאלקסדײט דערשאסן בערטשעם פאטער. בערטשע איז דאן געלעגן באהאלטן אין ״םכראן״. װען ער האט דערהערט דעם שאם, איז ער ארויס ראטע־ װען דעם טאטען. נוימאן האט אנגעהויבן רעדן צו אים כלומרשט פרײנדלעך, אז ער קען זײן שװאגער אבא דישל און אזוי רעדנדיק האט ער ארײנגעשאסן א קוי ל אין בערטשען. דער זון איז געפאלן א טויטער אויפן קערפער פון זײן פאטער. װען בערטשעם פרוי שיינדל (צוקעדמאן פון דער היים) האט דערהערט װי מ׳האט דערשאסן איר מאן, האט זי געװאלט ארויס פון ״םכראן״ און אומקומען אזוי װי איר מאן, אבער די אנװעזנדיקע אין ״םכראן״ האבן נישט דערלאזט צו דעם ן זי איז געװען שװאנגער אין אכטן חודש. שײנדל האט אבער נישט געקענט רוען. זי איז אװעק אין מאגיםטראט און אליץ זיך צוגעשטעלט צום טויט.
passage_6df015745c02d38a58f60959