שלמה פרענגלע ר דער אומקום פון ײדישן לוקאװ דעם 1טן םעפטעמבער 1939, באלד װי די מלחמה איז אויסגעבראכן׳ האט דאם פוילישע מיליטער גענומען אנטלויפן און די פאניק איז געװארן גרויס. אין לוקאװ אויפן װאקזאל האבן זיך געפונען א םך הײמלאזע׳ ארויסגעיאגטע דורך די דייטשן םון די גרענעץ־געביטן. די דײטשע אװיאציע האט די אומברחמנותדיק באמבארדירט און א םך פון זיי אומגעבראכט. דעם 6טן םעפטעמבער איז פארגעקומען א צװײטע גרױסע באמבארדירונג׳ אין װעלכער ע ם איז געטראפן געװארן דער קעלער םון דער דענטיםטין קלימעצקא. דארט זענען געװען באהאלטן בערך 70 פעחאן׳ צװישן זיי — די פאמילי ע ניםענקער׳ יצחק לערנער מיט דער פרוי. די באפעלקערונג איז זיך צעלאפן אין די ארומיקע דערפער. איך בין מיט מײן פאמיליע אנטלאפן אין דארף װװלקע דאמאשעװםקי. אין די דערפער האבן מיר זיך געפונען ביז בערך דעם 15טן םעפטעמבער׳ ד. ה. ביז נאך ױם־כיפור. װען ם׳איז שטילער געװארן האט מען אנגעהויבן זיך אומקערן אין שטאט אריץ,
זונטיק׳ דעם 16טן סעפטעמבער בין איך מיט האפערן׳ דעם אײגנטימער פון אפטײק־םקלאד געגאנגען געבן א קוק װאם עס הערט זיך אין שטאט. די פאמיליעם אונזערע זענען דערװײל געבליבן אין דארף. װען מיר זענען געזעסן בײ מיץ טאטנם הויז צוזאמען מיט דוד פארבער׳ משה עליע דעם פורמאן און זײן זון יעקב. פלוצלינג האבן מיר דערהערט א שיםערײ. איך האב זײ געזאגט׳ אז זײ זאלן אריץ צו מיר אין שטוב. זײ זענען אבער אװעק און מען האט זײ אויפן װעג דערשאםן. עס זענען דאן אויך דערשאםן געװארן הערש מאיר לעדערקרעמער און יעקב עסיקמאכער. בסך הכל האט מען דעמאלט דערשאםן אין די גאסן א ס 2 פערזאן. אנדערע האט מען צונויפגעטריבן בײם קאשטשאל׳ פון דארט האט מען זײ געטריבן קײן װענגראװ און אויפן װעג האט מען םיל פון זײ דערשאםן, דאם איז געװען דער אנהײב פון דער דײטשער ממשלה אין לוקאװ.
פאר דעם 29םטן סעפטעמבער איז די שטאט געװארן אויםגעלײדיקט פון יעדער מאכט. דעם 29םטן האט ארײנמארשירט די רויטע ארמײ. די מענטשן זענען ארוים םון די באהעלטענישן אויםגעהונגערטע און אויםגעמאטערטע. די באפעלקערוג האט פרײער אפגעאטעמט, הױת איך בין געװען ראטמאן אין שטאטראט׳ בין איך אװעק אין מאגי־ םטראט צוזאמען מיט יעקב ליכטענשטײן׳ האפער׳ װ׳רצעלמאן׳ דוד פשעװאםמאן און סעגאל. די םאװיעטישע מאכט האט אונדז תיכף ארויםגעגעבן געלט צו קויפן ברויט און פונאנדערטײלן צװישן די הונגעריקע. די פרײהייט האט לאנג נישט געדויערט. די רוםן זענען אװעק םח לוקאװ דעם 4טן אקטאבער. װען די רויטע ארמײ האט זיך צוריקגעצויגן׳ האבן זײ פארגעלײגט״ אז 429