Original scan
Original memorial-book scan 437
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1114

ססר לוקאו ו 433 בום גורל. דאם לעבען האט שױן נישט געשפילט קײן ראל׳ מען האט בלױז געװאלט דערלעבן היטלערס מפלה. * אין יוני 1941, נאכן אנפאל פון די דײטשן אױף רוםלאנד, האט זיך אנגעהויבן א נײע תקופה אקדי רדיפות קעגן די יידן. יעדע געשטאפאװיעץ, װאם איז נאר אדורכגעפארן לוקאװ, האט געפונען פאר נייטיק אפצושטאט א װיזיט אין ױדענראט, כדי צו קריגן עפעם א ״מתנה״. יעדע אײנער פון זײ האט געװוסט, אז ער קען אלץ טאן מיט די ײדן — הרגענען, רויבן, שלאגן. אין װינטער 1941, װען פון רוםלאנד האבן אנגעהויבן אנקומען די געפרוירענע דײטשן, זענען פון ראדזין געקומען די געשטאפא־לײט אין מיטן העלן טאג און געעפנט א שיסערײ, זײ האבן דערהרגט מאשקע װעבערמאן (מאשקע חײם־שמואלם) און עטלעכע הײמלאזע, און דאן האבן זײ ארויסגעגעבן א פארארדענונג, אז װער עס האט נאר עפעס פון פוטערװארג, זאל עס תיכף ברענגען אין ױדענראט. דער ױדענראט האט געארבעט בײ טאג און בײ נאכט בײם םארטירן דאס פוטערװארג. װער עס האט נאר געהאט א קעלנערל, א מאנקעטל׳ האט עס געבראכט צו טראגן, װײל פאר באהאלםן דאס האט געדראט טויטשטראף.

passage_6465f56810815611a4355695
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1116-2353

דעם 9טן און 10טן מאי 1942 — דעם ערשטן און צווייטן טאג שבועות — האט מען קיקלאקאװ געבראכט צװײ טראנםפארטן ײדן פון סלאװאקיע, צוזאמען 1059 פערזאן. דאס זענען געװען פײנע אײדעלע מענטשן פון מיכאלאװיץ און פרחשאנאװ. די יונגע לײט האבן די דײטשן געשיקט פון סלאװאקיע אין ארבעטם־לאגערם, דאקעגן די עלטערע מענער, די פרויען און קינדער האט מען געשיקט קײן לוקאװ, מעזריטש דעמבלין און אין אנדערע שטעט. א טייל פון די צוגעקומענע הײמלאזע האט מען אײנגע־ ארדנט ביי לוקאװער משפחות, א ביסל — אין די בתי־מדרשׂים און 500 — אין טערא־ װיטשער הויף. מיר האבן זיי אויך געמוזט באזארגן מיט לעבנסמיטל םײ אין שטאט םײ אין טעראװיטש . די םלאװאקיער הײמלאזע זענען נישט געווען װידערשטאנדפעיק לגבי די שװערע באדינגונגען. זיי זענען אויסגעשטארבן מאסנװײז. יעדן טאג האבן מיר געפירט םון טעראװיטש מתים כדי זיי קובר צו זיץ אין לוקאװ, ערב די יום־טובים אין יאר 1942 זענע ןדי רוצחים געקומען אין א מיטן גאכט. דאם מאל זענע ן זיי געװען אין א גרעסערן צאל און צװישן זיי זענע ן אויך געװען פוילישע פאליציאנטן. זיי זענען ארומגעגאנגן איבער די הײזער מיט רשימות, א סימן׳ אז די אקציע איז געװען ארגאניזירט. אין יענער נאכט האט מען אומגעבראכט 85 סערזאן.

passage_4df5ace098096084585028cb
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2355-2795

װען די רוצחים האבן אנגעקלאפט ביי מיר האט מײן פרוי מיך נישט געלאזט גיין עפענען. זי האט מיך געד״ײםן באד,אלטן זיך אויפן דאך. װען מײן פרוי האט געעפנט די טיר, האט זי געקריגן א קלאפ אין קאפ. אויך די הײמלאזע ביי מיר אין הויז מיט תד שידלאװםקיע״ה האבן באקומען געשלאגן. מיץ פרוי האט געטענהט, אז איך בין געפאן צו די הײמלאזע קײן טעראוױמש. די באנדיטן האבן נישט געגלײבט. זײ האבן זי ארוים ־

passage_ec520693dcff7e35330c441b