434 ספר לוקאװ געשלעפט און געדראט׳ אז זיי װעלן זי דערשיסן, אויב זי װעט נישט אױסזאגן דעם אמת װו איר מאן געפינט זיך• אין גאם האט די געשטאפא געפאדערט פון מיץ פרוי׳ אז זי זאל זיי פיר ן צו פנחם סלאדזשאן. זי האט געענטפערט׳ אז זי קען נישט זײן אדרעס. זיי האבן אבער אנגע־ קלאפט אין טיר צו טיקולםקין. שלמה טיקולםקי איז געלעגן אין קארידאר אויף דער ערד. זיי האבן אים באפוילן׳ אז ער זאל זיי פיר ן צו סלאדזשאן. זיי זענען ארויף צו פנחם סלאדזשאן. די 2 זין מיטן אײדעם זענען ארויף אויפן בוידעם. פנחם סלאדזשאן איז דארט געלעגן אין בעט. די זין מיטן אײדעם האבן די מערדער דערשאסן אויף די טרעפ׳ און פנחם ן — אין בעט. אין דער סומאטאכע האט מיץ פרוי זיך באהאלטן הינטער א טיר און מען האט אין איר פארגעסן. שפעטער האט זי זיך אראפגעשארט אויסן הויף װו משה און שמואל ליכטענשטײן האבן געװוינט אין א קעמערל. דארט האט זי זיך באהאלטן. פון דארט איז זי אוועק צו פסח יצחקן אויפן הויף. איך האב זיך באהאלטן צווישן די הײמלאזע אין שול. נאך דער שחיטה איז די געשטאפא געקומען אין יודענראט און געפאדערט׳ אז מען זאל שאפן 2 קילא גאלד אין משך פון 7 טעג. אויב נישט װעט מען אומברענגען אלע ײדן אין לוקאװ. מען האט געארבעט טאג און נאכט כדי צו שאפן דאס גאלד. איך בין דעמאלט געװען באהאלטן בײ חײם פערגאמענט אין שטוב׳ האב איך אפגעקויפט בײ אים א זײגער׳ כדי צו געבן מיין חלק.
ױם כיפור 1942 איז געקומען די געסטאפא און באפוילן צו מאכן א געטא. תיכף מוצאי יום־כיפור זעען מיר געװארן אפגעשלאסן אין געטא. דאן האבן מיר פארשטאנען׳ אז דער סוף קומט. זײ טרײבן אונדז ארײן אין שטײג. מען האט געבראכט צו אונדז אין געטא ײדן פון אדימאװ׳ קאצק׳ טערקאמלען און פון די דערפער ארום די שטעט אבער דער ײדישער בטחון איז גרויס • . סוכות האט מען געדאװנט׳ שמחת־תורה איז מען געגאנגען מיט הקפות. בײ נאכט האבן מיר דערשנאפט׳ אז עס גרײט זיך אן ״אקציע״׳ אן ״אויםזידלונג״ באן־ארבעטער האבן דערצײלט׳ אז עס זענען אנגעקומען ליידיקע צוגן אויף ארויסצופירן די ײדן. די פאניק איז געװארן גרויס און יעדער איינער איז געלאפן זיך באהאלטן. איך מיט מײן משפחה האבן זיך באהאלטן בײ די הײמלאזע אין קעלער• פינף א זײגער פאר טאג האט די אקציע זיך אנגעהויבן. די שוידערלעכע געשיכטע װי אזוי מען האט צונויפגעטריבן די ײדן אויפן חזיר־מארק׳ װי אזוי מען האט דער־ מארדעט לענדלערן און לעדערמאנען — איז שוין דערצײלט געווארן דורך מענטשן׳ וואס האבן אליק בײגעװוינט די געשעעניש.
איך מיט מײן פאמיליע זענען געלעגן באהאלטן פון מאנטיק ביז דאנערשטיק. דאן זענען צו אונדז אויסן הויף אנגעקומען די פײערלעשער כײקאװםקי און גאיעװניק און אונדז אלע ארױסגעשלעפט. זײ האבן אונח געבראכט צו דער שול׳ װ.י מענער און פרויען האבן םארטירט די חפצים און מלבושים׳ װאס מען האט געבראכט פון די ײדישע שטובן. געשטאפא האט באװאכט די ארבעטער. א מאגיםטראט־ארבעטער נאשעלאװסקי