Original scan
Original memorial-book scan 439
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1283

םםר לוקאװ 435 האט מיך מיטגענומען מיט דץ וואגן, און אזוי ארום האב איך זיך ארויסגעדרײט םון דער געשטאפא• איד האב זיד באהאלטן אויף פארשידענע ערטער. צו ערשט בײ הערשל לערמאן דערנאד איןא ציגעלניע. דעם 15טן דעצעמכער האט דעד פאליאק מיקאאי דאמאנםקי פון לאפיגוזער שאםײ געבראכט4 שוץ־פאליציאנטן און מען האט אונדז אלעמען ארויםגעשלעפט פון באהעלטעניש. מײן אײניקל׳ דאןא קינד פון6 יאר, איז געווארן אדורכגעשאםן. זײ האבן אונדז געטריבן און דאם בלוט סונעם קינד׳ װאס מיר האבן געטראגן אויף די הענט׳ האט ייד געגאםן. דאם אײניקל׳ אברהם הײםט ער׳ איז על פי נס געבליבן לעבןן ער האט געענדיקט אוניװערםיטעט׳ חתונה געהאט מיטא ײדישער פרוי און האט2 שײנע מײדעלעד׳ די שוץ־פאליצײ האט אונדז צוריקגעבראכט אויפן שול-פלאץ׳ װו ײדישע ארבעטער זענען נאד געװען פארנומען בײם סארטירן די יידישע זאכן. דער געשטאפאװיעץ בערגער האט מיד צוריקגעשיקט אין געטא אויפן פאםטערניק. דער געטא איז דאן באשטאנען פון פאסטערניק און פון יאטקע־גאס. ער האט זיד אנגעהויבן פון דארט וװ זבולון אריה האט געװוינט און וװ עם איז געװען דער ױדענראט (ארקע חײם ישעיהם (נירענבערג) איז געװען דער פרעזעס) ביז דעם מיעכאװער רבינם הויז און אהרן משה פעקערם הויז. דארט האט דער געטא זיד געענדיקט.

passage_6cf3ec547fab6f4e11c30f34
Passage 2normalized OCR · source chars 1285-2521

דער געטא איז געװען ארומגעצוימט מיט שטעכלדראט. די הײזער זענען געװען װי לעבעדיקע קברים. מען האט געװוינט אנגעפאקט אײן בעט איבערן צװײטן. אויף די שויבן איז געלעגןא פראםטיקער שנײ. די ריחות אין די הײזער זענען געװען אומדער־ טרעגלעכע. איז נישט קײן וװנדער׳ אז די מענטשן דארט זענען געשטארבן מאםנוױיז. חוץ דעם׳ װאם די רוצחים פלעגן ארײנקומען יעדן טאג אין געטא און דארט דערשיםן עטלעכע מענטשן. אויב די געשטאפא האט זיד דערוװםט׳ אז מען האט בײ נאכט אריבער־ געפירטא ביםל עםן איבער די דראטן׳ האט מען תיכף דערשאםן דעם׳ װאם האט אפגענומען דאם עסן. * אין לוקאװער געטא האט זיד געשאפןא גרופע פון 5—6 ױגנטלעכע. זײ האבן באקומען עטלעכע רעװאלװערן און געפהװט ארגאניזירןא װידערשטאנד־אקציע. מען האט זײ אבער שנעל אנטדעקט און זײ האבן נישט געקעגט באװייזן זיד אין געטא. צו דער גרופע האבן געהערט בערל פעפערמאן׳ לײבעלע בארענשטיץ (מען האט אים גערופן דאם קרומע מארדעלע)׳ פרימעטם פון מאגיםטראטא זון און נאד עטלערע׳ װעמענם נעמען איד געדענק נישט. זײ זענען ארײן צו םקלאדקאװםקין אויף װיאװסקע נעבן חזיר־מארק און דערשאםןא באן־פאליציאנט. מען האט זײ שפעטער אלעמען געכאפט און דערשאםן׳ אבער זײ זענען געפאלן װי העלח׳

passage_1799dbe27b572139dec2e26a
Passage 3normalized OCR · source chars 2523-2771

דעם 3טן מאי 1943׳ באלד נאבן אויפשטאנד אין װארשעװער געטא׳ איז דער לוקאװער געטא געװארן ליקװידירט. די רוצחים האבן זיד ארײנגעריםן שיבור׳ מיט מוזיק און מיט די ביקםן אין די הענט.א טײל ײדן האבן זײ דערשאסן אויפן ארט און

passage_12a557fda69df9a350cef5ec