Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 437
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1114

ססר לוקאוו 433 בום גורל. דאם לעבן האט שוין נישט געשפילט קיץ ראל׳ מען האט בלויז געװאלם דערלעבן היטלערם מפלה. * אין יוני 1941, נאכן אנפאל פון די דייטשן אויף רוםלאנד, האט זיך אנגעהויבןא נייע תקופה אק די רדיפות קעגן די ייזץ. יעדער געשטאפאװיעץ, װאם איז נאר אדורכגעפארן לוקאװ, האט געפונען פאר נייטיק אפצושטאטןא וױזיט אין ױדענראט, כדי צו קריגן עפעםא ״מתנה״. יעדער אײנער פון זײ האט געװוסט, אז ער קען אלץ טאן מיט די ײדן— הרגענען׳ רויבן, שלאגן. אין װינטער 1941, װען פון רוםלאנד האבן אנגעהויבן אנקומען די געפרוירענע דײטשן, זענען פון ראדזין געקומען די געשטאפא־לײט אין מיטן העלן טאג און געעפנט א שיםערײ, זײ האבן דערהרגעט מאשקע װעבערמאן (מאשקע חײם־שמואלם) און עטלעכע הײמלאזע, און דאן האבן זײ ארויםגעגעבןא פארארדענונג, אז װער עם האט נאר עפעם פון פוטערװארג, זאל עס תיכף ברענגען אין ױדענראט. דער ױדענראט האט געארבעט בײ טאג און בײ נאכט בײם םארטירן דאס פוטערװארג. װער עם האט נאר געהאטא קעלנערל,א מאנקעטל׳ האט עם געבראכט צו טראגן, וױיל פאר באהאלםן דאס האט געדראט טויטשטראף.

passage_6465f56810815611a4355695
Passage 2normalized OCR · source chars 1116-2353

דעם 9טן און 10טן מאי1942— דעם ערשטן און צװײטן טאג שבועות— האט מען קיק לוקאװ געבראכט צוױי טראנםפארטן ײדן פון םלאװאקיע, צוזאמען1059 פערזאן. דאס זענען געװען פײנע אײדעלע מענטשן פון מיכאלאװיץ און פרחשאנאװ. די ױנגע לײט האבן די דײטשן געשיקט פון סלאװאקיע אין ארבעטם־לאגערם, דאקעגן די עלטערע מענער, די פרויען און קינדער האט מען געשיקט קײן לוקאװ, מעזריטש דעמבלין און אין אנדערע שטעט.א טײל פון די צוגעקומענע הײמלאזע האט מען אײנגע־ ארדנט בײ לוקאװער משפחות,א ביםל— אין די בתי־מדרשים און500— אין טערא־ װיטשער הויף. מיר האבן זײ אויך געמוזט באזארגן מיט לעבנםמיטל םיי אין שטאט םײ אין טעראװיטש. די םלאװאקיער הײמלאזע זענען נישט געווען װידערשטאנדפעיק לגבי די שװערע באדינגונגען. זיי זענען אויםגעשטארבן מאסנװײז. יעדן טאג האבן מיר געפירט םון טעראװיטש מתים כדי זײ קובר צו זיץ אין לוקאװ, ערב די ױם־טובים אין יאר1942 זענען די רוצחים געקומען איןא מיטן גאכט. דאם מאל זענען זײ געװען איןא גרעסערער צאל און צװישן זײ זענען אויך געװען פוילישע פאליציאנטן. זיי זענען ארומגעגאנגען איבער די הייזער מיט רשימות,א םימן׳ אז די אקציע איז געװען ארגאניזירט. אין יענער נאכט האט מען אומגעבראכט85 סערזאן.

passage_4df5ace098096084585028cb
Passage 3normalized OCR · source chars 2355-2795

װען די רוצחים האבן אנגעקלאפט בײ מיר האט מײן פרוי מיך נישט געלאזט גײו עפענען. זי האט מיך געד״ײםן באד,אלטן זיך אויפן דאך. װען מײן פרוי האט געעםנט די טיר, האט זי געקריגןא קלאפ אין קאפ. אויך די הײמלאזע בײ מיר אין הויז מיט תד שידלאװםקי ע״ה האבן באקומען געשלאגן. מיץ פרוי האט געטענהט, אז איך בין געפארן צו די הײמלאזע קײן טעראוױמש. די באנדיטן האבן נישט געגלײבט. זײ האבן זי ארוים־

passage_ec520693dcff7e35330c441b