434 סםר לוקאװ געשלעפט און געדראט׳ אז זײ װעלן זי דערשיםן, אויב זי װעט נישט אױםזאגן דעם אםת זװ איר מאן געפינט זיד• אין גאם האט די געשטאפא געפאדערט פון מיץ פרוי׳ אז זי זאל זײ פירן צו פנחם םלאדזשאן. זי האט געענטפערט׳ אז זי קען נישט זײן אדרעם. זײ האבן אבער אנגע־ קלאפט אין טיר צו טיקולםקין. שלמה טיקולםקי איז געלעגן אין קארידאר אויף דער ערד. זײ האבן אים באפוילן׳ אז ער זאל זײ פירן צו םלאדזשאן. זײ זענען ארויף צו פנחם סלאדזשאן. די2 זין מיטן אײדעם זענען ארויף אויפן בוידעם. פנחס םלאדזשאן איז דארט געלעגן אין בעט. די זין מיטן אײדעם האבן די מערדער דערשאםן אויף די טרעפ׳ און פנחםן— אין בעט. אין דער םומאטאכע האט מיץ פרוי זיך באהאלטן הינטערא טיר און מען האט אין איר פארגעםן. שפעטער האט זי זיך אראפגעשארט אויםן הויף וװ משה און שמואל ליכטענשטײן האבן געװוינט איןא קעמערל. דארט האט זי זיך באהאלטן. פון דארט איז זי אװעק צו פםח יצחקן אויפן הויף. איך האב זיך באהאלטן צװישן די הײמלאזע אין שול. נאך דער שחיטה איז די געשטאפא געקומען אין יודענראט און געפאדערט׳ אז מען זאל שאפן2 קילא גאלד אין משך פוןז טעג. אויב נישט װעט מען אומברענגען אלע ײדן אין לוקאװ. מען האט געארבעט טאג און נאכט כדי צו שאפן דאם גאלד. איך בין דעמאלט געװען באהאלטן בײ חײם פערגאמענט אין שטוב׳ האב איך אפגעקויפט בײ אים א זײגער׳ כדי צו געבן מײן חלק.
ױם כיפור1942 איז געקומען די געשטאפא און באפוילן צו מאכןא געטא. תיכף מוצאי ױם־כיפור זעגען מיר געװארן אפגעשלאסן אין געטא. דאן האבן מיר פארשטא־ נען׳ אז דער םוף קומט. זײ טרײבן אונדז ארײן אין שטײג. מען האט געבראכט צו אונדז אין געטא ײדן פון אדימאװ׳ קאצק׳ טערקאמלע און פון די דערפער ארום די שטעט אבער דער ײדישער בטחון איז גרוים •. סוכות האט מען געדאװנט׳ שמחת־תורה איז מען געגאגגען מיט הקפות. בײ נאכט האבן מיר דערשנאפט׳ אז עס גרײט זיך אן ״אקציע״׳ אן ״אויםזידלונג״ באן־ארבעטער האבן דערצײלט׳ אז עם זענען אגגעקומען לײדיקע צוגן אויף ארויסצופירן די ײדן. די פאניק איז געװארן גרויס און יעדער אײנער איז געלאפן זיך באהאלטן. איך מיט מײן משפחה האבן זיך באהאלטן בײ די הײמלאזע אין קעלער• פינףא זײגער פאר טאג האט די אקציע זיך אנגעהויבן. די שוידערלעכע געשיכטע װי אזוי מען האט צונויפגעטריבן די ײדן אויפן חזיר־מארק׳ װי אזוי מען האט דער־ מארדעט לענדערן און לעדערמאנען— איז שוין דערצײלט געװארן דורך מענטשן׳ װאס האבן אליק בײגעוװינט די געשעעניש.
איך מיט מײן פאמיליע זענען געלעגן באהאלטן פון מאנטיק ביז דאנערשטיק. דאן זענען צו אונדז אויםן הויף אנגעקומען די פײערלעשער כײקאװםקי און גאיעװניק און אונדז אלע ארױםגעשלעפט. זײ האבן אונח געבראכט צו דער שול׳ װ.י מענער און פרויען האבן םארטירט די חפצים און מלבושים׳ װאס מען האט געבראכט פון די ײדישע שטובן. געשטאפא האט באװאכט די ארבעטער.א מאגיםטראט־ארבעטער נאשעלאװסקי