םםר לוקא װ 435 האט מיך מיטגענומען מיט דעם וואגן, און אזוי ארום האב איך זיך ארויסגעדרייט פון דער געשטאפא • איך האב זיך באהאלטן אויף פארשידענע ערטער. צו ערשט בײ הערשל לערמאן דערנאך אין א ציגעלניע. דעם 15טן דעצעמבער האט דער פאליאק מיקאאי דאמאנסקי פון לאפיגוזער שאסיי געבראכט 4 שוץ־פאליציאנטן און מען האט אונז אלעמען ארויסגעשלעפט פון באהעלטעניש. מײן אײניקל, דאן א קינד פון 6 יאר, איז געווארן אדורכגעשאסן. זײ האבן אונז געטריבן און דאם בלוט פונעם קינד, וואס מיר האבן געטראגן אויף די הענט, האט ייד געגאסן. דאם אײניקל, אברהם הײסט ער, איז עלפינס געבליבן לעבן, ער האט געענדיקט אוניװערםיטעט, חתונה געהאט מיט א ײדישער פרוי און האט 2 שײנע מײדעלעך׳ די שוץ־פאליציי האט אונז צוריקגעבראכט אויפן שול-פלאץ, װו ײדישע ארבעטער זענען נאך געווען פארנומען ביים סארטירן די ײדישע זאכן. דער געשטאפאוויץ בערגער האט מיך צוריקגעשיקט אין געטא אויפן פאסטערניק. דער געטא איז דאן באשטאנען פון פאסטערניק און פון יאטקע־גאס. ער האט זיך אנגעהויבן פון דארט װו זבולון אריה האט געװוינט און װו עס איז געווען דער יודענראט (ארקע חײם ישעיהם (נירענבערג) איז געווען דער פרעזעס) ביז דעם מיעכאװער רבינם הויז און אהרן משה פעקערס הויז. דארט האט דער געטא זיך געענדיקט.
דער געטא איז געװען ארומגעצוימט מיט שטעכלדראט. די הײזער זענעװ געװען װי לעבעדיקע קברים. מען האט געװוינט אנגעפאקט אײן בעט איבערן צװײטן. אויף די שויבן איז געלעגן א פראםטיקער שנײ. די ריחות אין די הײזער זענעװ געװען אומדער־ טרעגלעכע. איז נישט קײן װונדער׳ אז די מענטשן דארט זענעװ געשטארבן מאסנװײז. חוץ דעם׳ װאם די רוצחים פלעגן ארײנקומען יעדן טאג אין געטא און דארט דערשיסן עטלעכע מענטשן. אויב די געשטאפא האט זיך דערװוסט׳ אז מען האט בײ נאכט אריבער־ געפירט א ביסל עסן איבער די דראטן׳ האט מען תיכף דערשאסן דעם׳ װאס האט אפגענומען דאס עסן. * אין לוקאװער געטא האט זיך געשאפן א גרופע פון 5—6 ױגנטלעכע. זײ האבן באקומען עטליכע רעװאלװערן און געפהװט ארגאניזירן א װידערשטאנד־אקציע. מען האט זײ אבער שנעל אנטדעקט און זײ האבן נישט געקענט באװײזן זיך אין געטא. צו דער גרופע האבן געהערט בערל פעפערמאן׳ לײבעלע בארענשטי\ץ (מען האט אים גערופן דאס קרומע מארדעלע)׳ פרימעטם פון מאגיסטראט א זון און נאך עטלערע׳ װעמענם נעמען איך געדענק נישט. זײ זענע\ ן ארײן צוםקלאדקאװסקין אויף װיאװסקע נעבן חזיר־מארק און דערשאסן א באן־פאליציאנט. מען האט זײ שפעטע\ ר אלעמען געכאפט און דערשאסן׳ אבער זײ זענע ן געפאלן װי העלדן.
דעם 3טן מאי 1943׳ באַלד נאכן אויפשטאנד אין װארשעװער געטא׳ איז דער לוקאװער געטא געװארן ליקװידירט. די רוצחים האבן זיך ארײנגעריסן שיבור׳ מיט מוזיק און מיט די ביקסן אין די הענט. א טייל ײדן האבן זײ דערשאסן אויפן ארט און