Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 441
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1082

ססר לוקאו ו 437 צום רבר׳ אהרן נט ע פרייבערג ז״ל, וױ אױך צום מורה־הוראה ר׳ פסח ראזען ז״ל — זיך װינטשן א גוט יאר און געבענטשטע צײכן פון די. אסך בתי תפילה זענען געוואח אײנגעארדנט אין פרױואטע שטובן־בײ מײן שװער ר׳ גרשם פלוג ז״ל, בײם מורה־הוראה, בײ ליתער וואלינסקי אין שטוב א״א. אין לוקאװ האבֿן דעמאלט זיך געפונען, צוזאמען מיט די הײמלאזע, 22 טויזנט ײדן. בײ אונז זענען געװעזן ה פ מ נאשעלסק, סעראצק, סװואלק, ראדזין און פון מעזחטש. עס האבן זיך געפונען בײ אונז אויך צװײ טויזנט ײדן פון םלאװאקײ. די מערהײט פון זיי האט געװוינט אין שול, אין בית־מדרש און אין פרױואטע שטובן. פון דער ארומיקער געגנט קומען אן טרויעריקע גרוסן. מען דערצײלט, אז אין מינסק־ מאזאװיעצק האט דער פרעזע ם פ יודענראט משה קראמאזש געהאלטן א רעדע אויפן זאמלפלאץ פארן ארויםפירן קײן טרעבלינקע. ער האט זיך געװענדעט צו די היטשן מיט די װערטער: ״פארשאלטענע הינט, איר האט דעם קריג פארשפילט, הײנט ברענגט איר אונדז אום, אבער מארגן װעט איר אומקומען״. דאס איז געװען זימ קידוש השם.

passage_3cef1741927aa215897a4d55
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1084-2264

עם איז אויך אדורך דער יום־כיפור. פרומע ײדן האבן אנגעהויבן צונויפקלאפן םוכות. אויפן אכטן טאג האבן מענטשן זיך באמיט משמח צו זיץ, װי דער שטײגער איז אין שמחת־תורה. אבער אין מיטן דער שמחה איז דער פרעזעס פון ױדענראט ר׳ הערש־לײזער לענדער ז״ל געקומען פון ״לאנדראט״ מיט דער אױב־בשורה, אז מארגן קומט דאס סאר: מארגן װעט זיך אנהייבן אין לוקאװ דאס װאם מען רופט מיטן שרעקלעכן נאמען — ״אקציע״. מענטשן האבן אנגעהויבן לויפן פון שטוב אין גאס׳ פמגאם אין שטוב און נישט געפונען זיך קײן ארט. מײן שװער האט ארויםגענומען פמדער שאסע די שילדלעך מיט דער אויפשריפט: 8מנ£1181ת66 פד״ר״ אז ער גרײט זיך צו זיין ארבעט אלם חברה־ קדישא־מאן(די גאנצע צײט פון דער מלחמה האט ער אנגעפירט מיט דער חברה־קדישא). אויך אנדערע האבן גענומען אין די הענט די שילדלעך. מען האט געװוסט, אז די, װאם טראגן אזעלכע שילדלעך, טשעפעט מען דערװײל נישט. עם איז געװארן נאכט. מענטשן האבן געטראגן שפױז און װאסער אין די באהעלטענישן ארימ. א םך מענטשן האבן זיך אויסבאהאלטן אין די ״סכראנעם״ א גאנצע נאכט. םון אגדערע שטעט האט מען געװוסט, אז װער עס באהאלט זיך, װערט דערװײל אויסגעמיטן.

passage_831376fef3f6ee190ab276d9
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2266-2962

װען עס האט אנגעהויבן טאגן, האט מען דערזען, אז די גאנצע שטאט איז ארומ־ געשטעלט מיט עסעםלײט, ״גראנאטאװע״ פוילישע פאליציאנטן, שוץ־פאליצײ, אוקראינער. די, װאם האבן גישט באװיזן שנעל זיך צו באהאלטן • זענען געװאח געטריבן אונטער די קלעפפ מ ביקםן־קאלבעס. אין טייל פאלן האט מען געשאסן אין די שטובן. אונדזערע שטוב־מענטשן זענען געלאפן זיך באהאלטן בײ הערשל דװאש אין בונקער. איך מיט מימ שװער זענען אוועק צום שולהויף, װועם איז געװען דער יודענראט. דארט זענען שוין געװען פארזאמלט אלן מיטגלידער פונעם ױדענראט. געװען אויך א טייל פמ דער ײדישער פאליצײ. װען איך האב געזען װי אוקראינער טרײבן די ײדן פון שול ארויס מיט קלעפפ פון

passage_d6f76d639a7cc2a32a9e4ef2