Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 441
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1082

ססר לוקאוו 437 צום רב ר׳ אהרן נטע פרייבערג ז״ל, וױ אױך צום מורה־הוראה ר׳ פסח ראזען ז״ל— זיך װינטשןא גוט יאר און געבענטשט צי ײעח פון די. א סך בתי תפילה זענען געוואח אײנגעארדנט אין פרױואטע שטובן־ בײ מיין שװער ר׳ גרשמ פלוג ז״ל, ביים מורה־הוראה, בײ ליתער וואלינסקי אין שטוב א״א. אין לוקאװ האבן דעמאלט זיך געפונען, צוזאמען מיט די הײמלאזע,22 טויזנט ײדן. בײ אונח זענען געװעז ײה פמ נאשעלסק, סעראצק, סװואלק, ראדזין און פון מעזחטש. עם האבן זיך געפונען בײ אונדז אויך צוױי טויזנט ײדן פון םלאװאקײ. די מערהײט פון זײ האט געװוינט אין שול, אין בית־מדרש און אין פרױואטע שטובן. פון דער ארומיקער געגנט קומען אן טרויעריקע גרוסן. מען דערצײלט, אז אין מינסק־ מאזאװיעצק האט דער פרעזעם פמ יודענראט משה קראמאזש געהאלטןא רעדע אויפן זאמלפלאץ פארן ארויםפירן קײן טרעבלינקע. ער האט זיך געװענדעט צו די היטשן מיט די װערטער: ״פארשאלטענע הינט, איר האט דעם קריג פארשפילט, הײנט ברענגט איר אונדז אום, אבער מארגן װעט איר אומקומען״. דאס איז געװען זימ קידוש השם.

passage_3cef1741927aa215897a4d55
Passage 2normalized OCR · source chars 1084-2264

עם איז אויך אדורך דער ױם־כיפור. פרומע ײדן האבן אנגעהויבן צונויפקלאפן םוכות. אויפן אכטן טאג האבן מענטשן זיך באמיט משמח צו זיץ, װי דער שטײגער איז אין שמחת־תורה. אבער אין מיטן דער שמחה איז דער פרעזעם פון ױדענראט ר׳ הערש־לײזער לענדער ז״ל געקומען פון ״לאנדראט״ מיט דער אױב־בשורה, אז מארגן קומט דאם סאר: מארגן װעט זיך אנהײבן אין לוקאװ דאם װאם מען רופט מיטן שרעקלעכן נאמען— ״אקציע״. מענטשן האבן אנגעהויבן לויפן פון שטוב אין גאס׳ פמ גאם אין שטוב און נישט געפונען זיך קײן ארט. מײן שװער האט ארויםגענומען פמ דער שאסע די שילדלעך מיט דער אויפשריפט: 8מנ£1181ת66פ ד״ר״ אז ער גרײט זיך צו זימ ארבעט אלם חברה־ קדישא־מאן(די גאנצע צײט פון דער מלחמה האט ער אנגעפירט מיט דער חברה־קדישא). אויך אנדערע האבן גענומען אין די הענט די שילדלעך. מען האט געװוםט, אז די, װאם טראגן אזעלכע שילדלעך, טשעפעט מען דערװײל נישט. עם איז געװארן נאכט. מענטשן האבן געטראגן שפיױ און וואםער אין די באהעלטענישן ארימ.א םך מענטשן האבן זיך אויסבאהאלטן אין די ״סכראנעם״א גאנצע נאכט. םון אגדערע שטעט האט מען געװוםט, אז װער עם באהאלט זיך, װערט דערװײל אויםגעמיטן.

passage_831376fef3f6ee190ab276d9
Passage 3normalized OCR · source chars 2266-2962

װען עס האט אנגעהויבן טאגן, האט מען דעחען, אז די גאנצע שטאט איז ארומ־ געשטעלט מיט עסעםלײט, ״גראנאטאװע״ פוילישע פאליציאנטן, שוץ־פאליצײ, אוקראינער. די, װאם האבן גישט באוױזן שנעל זיך צו באהאלטן• זענען געװאח געטריבן אונטער די קלעפ פמ ביקםן־קאלבעס. אין טײל פאלן האט מען געשאםן אין די שטובן. אונדזערע שטוב־מענטשן זענען געלאפן זיך באהאלטן בײ הערשל דװאש אין בונקער. איך מיט מימ שװער זענען אװעק צום שולהויף, וװ עם איז געװען דער יודענראט. דארט זענען שוין געװען פארזאמלט אלןן מיטגלידער פונעם ױדענראט. געװען אויךא טײל פמ דער ײדישער פאליצײ. װען איך האב געזען װי אוקראינער טרײבן די ײדן פון שול ארוים מיט קלעפ פון

passage_d6f76d639a7cc2a32a9e4ef2