Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 443
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1131

ספר לויןאװ 439 דארט האבן שוין געארבעט אונחערע חברה־קדישא־לײט ר׳ מרדכי מעכל רויטבוים, די ברידער באציע און חײם־וועװע פיןקמאן, יוםף ריבאק א״א. מיר האבן אויסגעגראבן א ברידער־קבר פאר דער מערהייט פון די יודענראט״מיטגלידער פון יענער צײט. ר׳ הערש־לײזער לענדער, זײן אײדעם דוד ליבערמאן, זײן שװאגער, שמחה ראזענפעלד מיט זיץ פאטער ר׳ מאיר משה, ר׳ אשר לעװענזאן, ר׳ מענדל פרידמאן. מען האט אויסגעגראבןא ספעציעלן קבר פארן מיעכאװער רבין ז״ל, װאם איז דערשאסן געװאדן אין טלית און תפילין בײם דאװענעז• מיין שווער האט געטענהט, אז די קדושים האבן מער זכיה װי מיר, וױיל זײ ברענגען ײדן צו קבר־ישראל, אונדז אבער װעלן די גוײם באגראבן, װײל מיר װעלן דאד זײן די לעצטע... * עם זענען אריבער עטלעכע טעג. מענטשן האבן אנגעהויבן ארויסגײן פון די באהעל־ טענישן. מען איז געלאפן אין ״ארבײטםאמט״ בעטן באשעפטיקונג. ײדן האבן געארבעט בײ דער באן, בײ דײטשע פירמעם און אויך אין טארטאק. געװען אויך ײדישע ארבעטער אין דער דײטשער פירמע פאר עקספארט פץ אײער און עופות— ״דיטץ״. בםך־הכל זענען געװען ײדישע באשעפטיקטע בערך 00ו5—1000.

passage_498267ec759d751fd6b185c6
Passage 2normalized OCR · source chars 1133-2472

די געקומענע האט מען אויפגענומען זײער העפלעך און מ׳האט זײ געהײםן זיך מעלדן צו מארגנם. אבער װען זײ זענען געקומען צום צוױיטן מאל— עטלעכע הונדערט פערזאן— האט מען טעלעפאנירט צו דער זשאנדארמעריע, װעלכע האט זײ אלעמען אפגעפירט צו דער באן. גראד איז יענעם טאג אװעקא ״טראנםפארט״ פון מעזריטש קיץ טרעבלינקע. דער צוג האט זיך געשטעלט בײ אונדז אויף דער סטאציע און מיט־ גענומען אויך די לוקאװער. דער שעף בירגער האט אײנגעארדנטא ״פלאצװוקע״ מיט קאשארן אויפן שולהויף פאר די, װאם האבן זיך פארנומען מיטן אויסראמען די ײדישע שטובן און געשעפטן. דערבײ זענען געװען באשעפטיקט בײא100 פערזאן. אויך די ײדישע פאליצײ אץא טײל פון די חברה־קדישא־לײט זענען געקומען אהין אין די מיטאג־שעהען און אויך שלאפן. צװישן זײ זענען געװען מײן שװער, ר׳ נח פלאמאן, מענדל לוםט אץ זײער באגלײטער שמעון ריבאק אלס פאליציאנט. זײ האבן אװעקגעפירט עסן פאר די איבעריקע מענטשן, װאם זענען געבליבן אויפן בית־עולם און אויך געשלאפן דארט. מיך האט דער שעף באשטימט אלם לײטער פון דער קיד• די ײדישע איבערגעלאזטע פארמעגנם זענען געװארן מאגאזינירט אין שול און אין בית־מדרש אץ זײ זענען געהיטן געװארן דורך ײדישע און פוילישע פאליצײ און אויד דורך די פײערלעשער. פאר מײנע אויגן שטייט נאד דאם בילד פון יענעם פרייטיק־פארנאכט, װען מ׳האט

passage_0428e217746b653f50342c01