ספר לויןא װ 439 דארט האבן שוין געארבעט אונזערע חברה־קדישא־לײט ר׳ מרדכי מעכל רויטבוים, די ברידער באציע און חיים־וועווע פינקמאן, יוסף ריבאק א״א. מיר האבן אויסגעגראבן א ברידער־קבר פאר דער מערהייט פון די יודענראט״מיטגלידער פון יענער צײט. ר׳ הערש־לײזער לענדער, זײן אײדעם דוד ליבערמאן, זײן שװאגער, שמחה ראזענפעלד מיט זיץ פאטער ר׳ מאיר משה, ר׳ אשר לעװענזאן, ר׳ מענדל פרידמאן. מען האט אויסגעגראבן א ספעציעלן קבר פארן מיעכאװער רבין ז״ל, װאם איז דערשאסן געװארן אין טלית און תפילין בײם דאװענען• מיין שװער האט געטענהט, אז די קדושים האבן מער זכיה װי מיר, װײל זײ ברענגען ײדן צו קבר־ישראל, אונז אבער װעלן די גוים באגראבן, װײל מיר װעלן דאד זײן די לעצטע... * עס זענען אריבער עטליכע טעג. מענטשן האבן אנגעהויבן ארויסגײן פון די באהעל־ טענישן. מען איז געלאפן אין ״ארבײטסאמט״ בעטן באשעפטיקונג. ײדן האבן געארבעט בײ דער באן, בײ דײטשע פירמעס און אויך אין טארטאק. געװען אויך ײדישע ארבעטער אין דער דײטשער פירמע פאר עקספארט פץ אײער און עופות — ״דיטץ״. בסך־הכל זענען געװען ײדישע באשעפטיקטע בערך 00ו 5—1000.
די געקומענע האט מען אויפגענומען זייער העפלעך און מ׳האט זיי געהייסן זיך מעלדן צו מארגנס. אבער ווען זיי זענען געקומען צום צווייטן מאל — עטליכע הונדערט פערזאן — האט מען טעלעפאנירט צו דער זשאנדארמעריע, וועלכע האט זיי אלעמען אפגעפירט צו דער באן. גראד איז יענעם טאג אװעק א ״טראנםפארט״ פון מעזריטש קיץ טרעבלינקע. דער צוג האט זיך געשטעלט ביי אונז אויף דער סטאציע און מיט־ גענומען אויך די לוקאװער. דער שעף בירגער האט איינגעארדנט א ״פלאצװוקע״ מיט קאשארן אויפן שולהויף פאר די, װאם האבן זיך פארנומען מיטן אויסראמען די ײדישע שטובן און געשעפטן. דערבײ זענען געװען באשעפטיקט ביי א 100 פערזאן. אויך די ײדישע פאליצײאץ א טייל פון די חברה־קדישא־לײט זענען געקומען אהין אין די מיטאג־שעהען און אויך שלאפן. צװישן זיי זענען געװען מיין שװער, ר׳ נח פלאמאן, מענדל לומטאץ זײער באגלײטער שמעון ריבאק אלס פאליציאנט. זײ האבן אװעקגעפירט עסן פאר די איבעריקע מענטשן, װאם זענען געבליבן אויפן בית־עולם און אויך געשלאפן דארט. מיך האט דער שעף באשטימט אלם לײטער פון דער קיד• די ײדישע איבערגעלאזטע פארמעגנס זענען געװארן מאגאזינירט אין שול און אין בית־מדרשאץ זיי זענען געהיטן געװארן דורך ײדישע און פוילישע פאליצײ און אויך דורך די פײערלעשער. פאר מײנע אויגן שטייט נאד דאם בילד פון יענעם פרייטיק־פארנאכט, װען מ׳האט