Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 446
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1245

442 םםר לוקאװ וואגנם מיט קלײדונג, געפירט םון פוילישע םײערלעשער. אײנער פון זיי האט דערצײלט װי דער פאן פלוג האט געטעגהט, געשריגן צו די דײטשן. מען האט זיי דערשאםן די לעצטע אין א שורה פון 20 פערזאן. איך האב געבעטן דעם קאמענדאנ ט פון דער ײדישער פאליצײ, אז ער זאל מיר דערלויבן פארן אויפן בית־עולם ברענגען מײן שװער צו קבר־ישראל. ער האט זיך פארשטענדיקט מיטן שעף בירגער. יענער האט מיך צוגערופן און מיך געװארנט, אז איך זאל נישט מאכן די זעלבע ״שװײנערײ״ װי מײן שװער פלוג. זײן ״חטא״ איז באשטאנען דערין, װאם ער האט געפירט עסן פון קיך אויפן בית־עולם און חוץ דעם האט מען דארט געפונען א סכראן מיט באהאלטענע ײדן. און דאם איז טאקע געװען אמ^ דאם איז געװען מײן שװערס איניציאטיװ. בירגער האט געזאגט, אז פלוג האט דארט ײדישע קאמוניסטן ״פערשטעקט״. אויב איך װעל זיך גוט פירן, װעל איך לעבן. איך בין אװעקגעפארן אויפן בית־עולם, גענומען מיט זיך נאך עטלעכ ע מענטשן. מיר האבן אויסגעגראבן א ברידער־קבר פאר די חברה־קדישא־לײט: ר׳ מרדכי־ מיכאל רויטבוים, בײדע ברידער באציע און חײפ װעורע פארמאן, מײן שװער גרעזו ן פלוג, ױםף ריבאק, זײן ברודער שמעון, ר׳ נח פלאמאן, יאנקל לומט און מאיר ראגאלםקי מיט זײן יונגן זץ.

passage_929cad86391336b44eec95a5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1247-2535

מיר האבן זיך באמיט צו שאפן טליתים פאר די פארהײראטע מענער. מיר האבן זײ ארויסגעגנבעט םח שול־מאגאזין. אויפן קבר האבן מיר ארײנגעשטעקט ברעטער מיט די נעמען פון די אומגעבראכטע. באלד איז געשאפן געווארן א נײע חברה־קדישא־גרופע, וועלכע איז באשטאנען פון 8 קאצקער ײדן און 2 לוקאװער. איך, װי א באגלײטער פון דער ײדישער פאליצײ, בין געווען פאראנטװארטלעך פאר דער ארדענונג. אנשל לוסט איז געװען דער פורמאן. וואס מיר האבן זיך אנגעזען דארט קען מען פארשטײן בלויז פון דעם, אז אין משך םתא קירצער צײט האבן מיר זיך מטפל געװען מיט 2000 דערשאסענע. אין געטא האט זיך דאס לעבן אביםל נארמאליזירט. פון צײט צו צײט זענען ײדן דערשאסן געווארן דורך דעם םאדיסט בירגער װען ער האט זײ געטראפן אויסערן געטא. אויך די ״נאטירלעכע״ שטערבלעכקײט איז געװען א גרויסע — פון טיפום, אויסשעפונג אאז״װ. א לאנגע צײט פלעגן מיר פאחטאגטעגלעך אויפן בית־עולם צו דער ארבעט פתקבר זיץ די מתים. דערױיל איז אדורך דער װינטער. ס׳איז געקומען פסח 1943. אין דעם אײנגעשרומ־ פענעם געטא האבן די געצײלטע געבליבענע זיך געגרײט צום ױם־טוב. מען האט געבאקן מצות את באמיט זיך משמח צו זיצן אין ״זמן חרותנו״. עס האט א שמעקט געטאן מיט פרילינג, און א האפענונג האט אויפגעשײנט. ■ אפשר דאך? אולי ירחם ז

passage_7835b6dac700c3d00e8b2d2e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2537-2755

אבער דעם 4טן טאג נאך פסח, דעם 2טן מאי 1943, איז א זונטיק־טאג, איז דאם געטא געװארן ארומגערינגלט צום לעצטן מאל. דאם איז געװען די אקציע ״יודנרית״. דאס ײדישע לוקאװ האט אויפגעהערט צו עקזיםטירן .

passage_c16284c389bbf6257896dd73