446 םםר לוקאװ ברודערל. איך םלעג שאפן עםן און דאם ברודערל האט געװאכט. בעוז דער לעצטער ״אקציע׳ בין איך אנטלאפן. מימ ברודערל איז דערשאםן געװארן. איך בין געבליבן אין גאנצן אײנזאם. איך האב ארומגעבלאנקעט אין דער לוקאװער געגנט. די שטאט איז שוין געװעז ״יודענרײן״. בײ די קלאװאקים פלעג איך קריגןא שטיקל ברויט. בײ טאג בין איך געלעגן באהאלטן אין די גראזן. אויף די װאנדערונגען האב איך זיך געטראפן מיטא בחור. ער איז דאן אלט געװען 15 יאר. איך בין שוין אלט געװען12 יאר. מיר האבן זיך געהאלטן צוזאמען. מיט אים בין איך אנגעקומען אין זבארטשעװסקים זאגײניק (װעלדל) אויפן װעג קײן לאזי. דארט האבן מיר געטראפן לוקאװער ײדן. א גרופע פון16 פערזאן איז אװעק אין גאלאמבקער װאלד. איך האב זײ געבעטן מיך מיטצונעמען. צװישן זײ איז געװען ראובן׳א קצב פון די בארניקעם. מיט זײ בין איך געװען צוזאמען עטלעכע װאכן. בײ נאכט פלעגן מיר גיץ אין פא־לאזטן געטא כדי צו נעמען פון דארט מלבושים און אנדערע זאכן װאס זענען אונדז נײטיק געװען•
אײן מאל, װען איך בין אװעק איןא זײט פארריכטן די הויזן, האב איך פלוצלונג דערהערט רעדן פויליש. באלד האב איך דערזען די פוילישע פאליצײ. זײ זענען אדורך לעבן מיר און מיך נישט באמערקט. נישט װײט פון מיר האט זיך געפונען אונדזער בונקער. זיי האבן ארײנגעװארפן2 גראנאטן. איך בין ארוים פון װאלד און אריץ אין קארן. דארט האב איך נאך געהערט װי מען שלעפט ארויס די מענטשן פץ בונקער און מען דערשיםט זײ. ליגנדיק אין קארן בין איך אײנגעשלאפן. מיך האט אויפגעװעקט דאס געקזרײ פון א פויער. ער האט זיך געבײזערט אויף מיר פאר װאס איך האב אים צעטרעטן דאם קאת. ער האט אבער געקריגן רחמנות אויף מיר און געהײםן מיך קומען בײ נאכט, װעט ער מיר געבן ברויט. װען דער פויער איז אװעק, בין איך צוריק אריץ אין װאלד• איך בין צוגעגאנגען צום בונקער און איך האב דאס ארט נישט דערקענט. איך האב דערזען ארויםשטארן פון דער ערד בענדלעך פון גאטקעס. איך האב גענומען ציען בײ די בענדלעך און מיטגע־ צויגןא פום פוןא דערמארדעטן. דער בונקער איז געװארן דער קבר פון די16 פערזאן. װידער בין איך געבליבן אײנער אליײ. איך האב ארומגעבלאנקעט אין די װעלדער, וװ איך האב אפט געטראפן לוקאװער, צװישן זײ לײביש בארן און דניאל װאטענמאכערס זון. בארן האט געהאט געװער און ער פלעגט שאפן עסן פאר אונדז אלעמען.
די אבלאװעם אין װאלד האבן זיך וױדער פארשטאדקט. די מענטשן האבן באשלאסן אריבערצוגיץ אין אן אנדער ארט. קײנער האט מיך נישט געװאלט מיטנעמען. איך בין זײ נאכגעלאפן. װען זײ זענען אריץ אין אן אנדער װאלד׳ האבן זײ געמאכטא פײער. צופעליק זענען אדורכגעפאח דײטשן, זײ זענען צוגעלאפן צום פײער און געעפנטא שיסעריי• כמעט אלע ײדן זענען אומגעקומען•