Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 450
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1041

446 םםר לוקא װ ברודערל. איך םלעג שאפן עם ן און דאם ברודערל האט געװאכט. בעוז דער לעצטער ״אקציע׳ בין איך אנטלאפן. מימ ברודערל איז דערשאםן געװארן. איך בין געבליבן אין גאנצן אײנזאם. איך האב ארומגעבלאנקעט אין דער לוקאװער געגנט. די שטאט איז שוין געװעז ״יודענרײן״. בײ די קלאװאקי ם פלעג איך קריגן א שטיקל ברויט. בײ טאג בין איך געלעגן באהאלטן אין די גראזן. אויף די װאנדערונגען האב איך זיך געטראפן מיט א בחור. ער איז דאַן אלט געװען 15 יאר. איך בין שוין אלט געװען 12 יאר. מיר האבן זיך געהאלטן צוזאמען. מיט אים בין איך אנגעקומען אין זבארטשעװסקי ם זאגײניק (װעלדל) אויפן װעג קײן לאזי. דארט האבן מיר געטראפן לוקאװער ײדן. א גרופע פון 16 פערזאן איז אװעק אין גאלאמבקער װאלד. איך האב זיי געבעט מיך מיטצונעמען. צװישן זיי איז געװען ראובן׳ א קצב פון די בארניקעם. מיט זיי בין איך געװען צוזאמען עטלעכ װאכן. בײ נאכט פלעגן מיר גיץ אין פא־לאזטן געטא כדי צו נעמען פון דארט מלבושים און אנדערע זאכן װאס זענען אונז נײטיק געװען •

passage_68bd514bcf4257e9244a8089
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1043-2369

אײן מאל, װען איך בין אװעק אין א זײט פארריכט ן די הויזן, האב איך פלוצלונג דערהערט רעדן פויליש. באלד האב איך דערזען די פוילישע פאליצײ. זײ זענען אדורך לעבן מיר און מיך נישט באמערקט. נישט װײט פון מיר האט זיך געפונען אונדזער בונקער. זי י האב ן ארײנגעװארפ ן 2 גראנאטן. איך בין ארויס פון װאלד און ארי ץ אין קארן. דארט האב איך נאך געהערט װי מען שלעפט ארויס די מענטשן פ ץ בונקער און מען דערשיםט זײ. ליגנדיק אין קארן בין איך אײנגעשלאפן. מיך האט אויפגעװעקט דאס געקזרײ פון א פויער. ער האט זיך געבײזערט אויף מיר פאר װאס איך האב אים צעטרעטן דאם קאת. ער האט אבער געקריגט רחמנות אויף מיר און געהײסן מיך קומען בײ נאכט, װעט ער מיר געבן ברויט. װען דער פויער איז אװעק, בין איך צוריק ארי ץ אין װאלד • איך בין צוגעגאנגען צום בונקער און איך האב דאס ארט נישט דערקענט. איך האב דערזען ארויסשטארן פון דער ערד בענדלעך פון גאטקעס. איך האב גענומען ציען בײ די בענדלעך און מיטגע־ צויגן א פו ם פון א דערמארדעטן. דער בונקער איז געװארן דער קבר פון די 16 פערזאן. װידער בין איך געבליבן אײנער אלײ. איך האב ארומגעבלאנקעט אין די װעלדער, װו איך האב אפט געטראפן לוקאװער, צװישן זײ לײביש בארן און דניאל װאטענמאכערס זון. בארן האט געהאט געװער און ער פלעגט שאפן עסן פאר אונדז אלעמען.

passage_87c5f2d8499a0f2a530271c3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2371-2750

די אבלאװע ם אין װאלד האבן זיך װידער פארשטאדקט. די מענטשן האבן באשלאסן אריבערצוגיץ אין אן אנדער ארט. קײנער האט מיך נישט געװאלט מיטנעמען. איך בין זײ נאכגעלאפן. װען זײ זענען אריץ אין אן אנדער װאלד׳ האבן זײ געמאכט א פײער. צופעליק זענען אדורכגעפאח דײטשן, זײ זענען צוגעלאפן צום פײער און געעפנט א שיסעריי• כמע טאלע ײדן זענען אומגעקומען •

passage_67ebe14aabac2ffec6b878cb