452 סםר יוויזןוװ די מיליטערישע לאגע פון פראנקרייך איז דאן שוין געװעןא האפענונגםלאזע. אין װישי איז געשאפן געװארן די קאפיטולאנטישע רעגירונג מיט פעטען און לאװאל. אונדזער מצב איז געװען קאטאםטראפאל. מען האט גענומען טראכטן װעגן אריבערגיץ קיץ שפא־ ניע׳ אבער דאם איז אייד נישט געװען אזוי לײכט. און אין אט אזא ביטערער םיטואציע דערהאלט איךא טעלעגראמע פון יאםל בורשטין׳ אז ער געפינט זיך אין עפעםא שטעטל אן מיטלען צום לעבן. איך האב אים געשריבן, אז ער זאל קומען צו אונדז. ער איז באלד געקומען- און מיר האבן אים אײנגעמאלח. ער האט געהאלטן אין איץ זארגן זיך װעגן זיץ פרוי און די קינדער— וװ זענען זייז אחוץ מיט באדויער, האב איך אים נישט געקענט העלפן. נאך דער קאפיטולאציע פון פראנקרײך זענעןא םך בעלגישע בירגער צוריקגעפארן קײן בעלגיע. אויך ױםף האט באשלאםן צוריקצצופארן קײן בריםל, אפשר װעט ער דארט טרעפן זײן פרוי מיט די קינדער. איך האב אים איבערגעגעבן די שליםלען פץ מײן דירה. אויב ער װעט נישט האבן וװ צו וװינען, װעט ער קאנען זיץ ביי מיר.
די באדינגונגען פאר אונדז זענען געװארן אלץ שװערער. עם איז ארויםא פאראר־ דענונג, אז אלע הײמלאזע פון בעלגיע זאלן צוריקפארן אהין, אויב נישט, װעט מען זײ אינטערנירן אין לאגערם.א םך פון די בעלגישע זענען צוריקגעפארן און עם זענען אנגע־ קומען פון זײ גוטע גרוםן. מענטשן זענען געקומען פון דארט צוריקצופירן זײערע פרויען און משפחות. אויך איך האב באשלאםן צוריקצופארן קיץ בעלגיע. פײנלעך איז געװען דאם געפיל צו פארן אהין וװ עם הערשן די דײטשן, אבער עם האט זיך נישט געװאלט גיץ אין די לאגערם, װאם די װישי־לײט האבן צוגעגרײט. אין בריםל האבן אונדז די פרײנד און לאנדםלייט גוט אויפגענומען. דערוױיל- האבן זײ געזאגט- קאן מען לעבן, עם איז נישט שרעקלעך. װאם שפעטער װעט זיץ— װײםט קײנער גישט. איך האב שוין אויך געטראפן יאםל בורשטיץ און לײבוש פעלהענדלער. צו ביםלעך איז מען צוריק ארײן אין לעבן. מיר, די לוקאװער, האבן זיך געהאלטן צוזאמען, באזוכט אײנער דעם צװײטן, אבער מיט זארג האבן מיר דערװארט די נאענטע טעג. אויף פרנםה האט מןץ פארדינט, אבער געפײגיקט האט די שרעק פארן מארגן.
עם זענען ארויםגעגעבן געװארןא רײ אנטי־ײדישע פארארדענונגען, װי םפעציעלע אויפשריפטן אויף די ײדישע געשעפטן, נאמיגירטע קאמיםארן אין די ײדישע פאבריקן, אז ײדן טארן נישט גײן אין גאם נאך8א זײגער אין אװנט׳ אז מען דארף זיך צושפיליען די געלע לאטע אאז״װ, ביז מען האט, דורך דער פארמיטלונג פון יודענראט, אנגעהויבן אויפפאדערן די ײדישע מענער זיך צוצושטעלן צו ארבעט און אװעקצופארן. דאן האט מען געמחט װערן אומלעגאל. מען האט זיך געשאפן װוינונגען אויף צו באהאלטן זיך. דאם איז געװען זײער שװער.א םך װוינונגען זענען ״פארשיט״ געוואח אץ מען האט זיך קוים געראטעװעט מיטן לעבן. אין יענער צײט זענען פץ בעלגיע דעפארטירט געװאח א םך לוקאװער אץ זײער װײניק פץ די זענען צוריקגעקומען- איץ מאל,4א דיגער פאר טאג, האב איך דערהערט װי מען שליםט אויף די טיר פון קארידאר, שװערע טריט האבן זיך אנגעהויבן דערנענטערן צו דער טיר פונעם