Original scan
Original memorial-book scan 459
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-896

ספר לוקןןו ו 455 בעת דער מאזמה געפונען אין רוסלאנד. צווישן זיי זענען געווען אויך לוקאווער מיט דער משפחה מארגנשטערן. מיר האבן צוגעצויגן מארגנשטערנען צום לוקאווער קאמיטעט און אנגעהויבן טראכטן וועגן ארויסגעבן א יזכור־בוך נאך דעם אומגעקומענעם ײדישן לוקאוו. מיר האבן אנגעהויבן קארעספאנדירן מיט די לוקאווער אין דער וועלט און געבעטן די צושיקן אונז מאטעריאלן, דאקומענטן און פאטאגראפיעס — אלץ וואס קען ברענגען נוצן אז א יזכור־בוך. ווען מיר האבן שוין געהאט אנגעזאמלט א ביסל מאטעריאל, האט יאסל בורשטין זיך דערװוסט, אז זײן אײנציק אפגעראטעװעטער ברודער, ױדל בורשטין, געפינט זיך אין פוילן. יאסל האט באשלאסן צו פארן קיץ פוילן זיך זען מיטן ברודער, און דאן האט ער גענומען אויף זיך די פליכט צו באזוכן לוקאװ און זען דעם חורבן מיט די אײגענע אויגן. גלײכצײטיק זאל ער ברענגען מאטעריאלן און דאקומענטן פארן יזכור־בוך.

passage_df1266518d5d836377ea2075
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 898-2008

נאך דעם אומקער ן זי ך פו ן יאס ל בורשטין, האב ן מי ר גערופ ן א פארזאמלונ ג פו ן אלע לוקאװער, כד י אפצוגעמע ן דע ם גרו ס פו ן פוילן, פו ן אונדזע ר לי ב שטעטל. מי ט א ציטערנדיקער שטי ם הא ט יאס ל דערצײל ט װא ס ע ר הא ט דאר ט געזען, װא ס ע ס אי ז געװארן פ מ אונדזע ר לוקאװ. ד י גוײ ם האב ן אי ם געזאגט, א ז פו ן אל ץ אי ז געבליב ן בלוי ז דער מאלצינאװע ר פלאץ, ו װ ע ס ליג ן באגראב ן ד י ײד ן פו ן אונדזע ר שטעטל. ע ר הא ט געדונגען א פערד־און־װאג ן או ן צוזאמע ן מיט ן ברודע ר ױד ל זענע ן ד י ארויסגעפאר ן צו ם מאסן־קבר פו ן ד י לוקאװע ר ײדן. ד י האב ן געזען, װ י מענטשלעכ ע ביינע ר װאלגער ן זי ך ארום אויפ ן פעלד, דע ר װינ ט הא ט אװעקגעיאג ט דא ס זאמ ד; הינט, קע ץ או ן חזירי ם האב ן זיך דערגראב ן צ ו ד י טויט ע או ן געפרעס ן זײע ר פלײש. יאסל בורשטי ן הא ט פא ר ד י פארזאמלט ע אויפגעװיקל ט א פעקל, אי ן װעלכ ן ע ס האב ן זיך געפונע ן מענטשלעכ ע בײנער, א שטיק ל טלית, רעשטלע ך פו ן קלײדער. װע ן מי ר האבן דא ס דערזען, זענע ן מי ר אל ע אויסגעבראכ ן אי ן א געװײן. יעדע ר אײנע ר הא ט זי ך געטראכט ו אפש ר אי ז דא ס א ן איבערבלײ ב פו ן מײ ן טאטן, פו ן מײ ן מאמען, פו ן א ברו ־ דער, א שװעסטער ז.

passage_b3b46d72119f27663806c7fc
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2010-2905

מיר זענען אװעק צום בריסעלער רב און געפרעגט װאס מיר זאלן טאן מיט די מענטשלעכע איבערבלײבענישן. דער רב האט אונדז געזאגט, אז מען דארף דאס מקבר זײן אויפן בית־עולם. אין דער זעלבער צײט זענען מיר געװאר געװארן, אז די שעדלע־ צער אין בעלגיע גרייטן זיך צו שטעלן א מאנומענט פאר זייערע קדושים אויפן בריסעלער בית־עולם. מיר האבן זיך געװענדט צו די שעדלעצער, אז זײ זאלן אונדז דערלויבן קובר צו זײן די רעשטלעך פון לוקאו און אונטער זייער מאנומענט אוועקשטעלן דארט א מאר־ מאר־שילדל מיט א געהעריקער אויפשריפט. מיר האבן אײנגעארדנט א לויה אין גרויסן פארנעם און פארבעטן די פארשטײער פון אלע ײדישע ארגאניזאציעס אין בריסל. מיר האבן די רעשט פון לוקאװער ײדן אויסגעשטעלט אין אן ארון און געבעט קומען אפגעבן דעם לעצטן כבוד אונדזערע קדושים. עס זענען געקומען הונדערטער מענטשן. מיר זענען אלע ארויסגעפארן אויפן

passage_53ae6cee09c60377734a1327