Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 459
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-896

ספר לוקןןוו 455 בעת דער מאזמה געפונען אין רוסלאנד. צװישן זײ זענען געװען אויך לוקאװער מיט דער משפחה מארגנשטערן. מיר האבן צוגעצויגן מארגנשטערנען צום לוקאװער קאמיטעט און אנגעהויבן טראכטן װעגן ארויסגעבןא יזכור־בוך נאך דעם אומגעקומענעם ײדישן לוקאװ. מיר האבן אנגעהויבן קארעספאנדירן מיט די לוקאװער אין דער װעלט און געבעטן די צושיקן אונדז מאטעריאלן, דאקומענטן און פאטאגראפיעס— אלץ װאס קאן ברענגען נוצן אזא יזכור־בוך. װען מיר האבן שוין געהאט אנגעזאמלטא ביסל מאטעריאל, האט יאסל בורשטין זיך דערוװסט, אז זײן אײנציק אפגעראטעװעטער ברודער, ױדל בורשטין, געפינט זיך אין פוילן. יאסל האט באשלאסן צו פארן קיץ פוילן זיך זען מיטן ברודער, און דאן האט ער גענומען אויף זיך די פליכט צו באזוכן לוקאװ און זען דעם חורבן מיט די אײגענע אויגן. גלײכצײטיק זאל ער ברענגען מאטעריאלן ארן דאקומענטן פארן יזכור־בוך.

passage_df1266518d5d836377ea2075
Passage 2normalized OCR · source chars 898-2008

נאך דעם אומקערן זיך פון יאסל בורשטין, האבן מיר גערופןא פארזאמלונג פון אלע לוקאװער, כדי אפצוגעמען דעם גרוס פון פוילן, פון אונדזער ליב שטעטל. מיטא ציטערנדיקער שטים האט יאסל דערצײלט װאס ער האט דארט געזען, װאס עס איז געװארן פמ אונדזער לוקאװ. די גוײם האבן אים געזאגט, אז פון אלץ איז געבליבן בלויז דער מאלצינאװער פלאץ, וװ עס ליגן באגראבן די ײדן פון אונדזער שטעטל. ער האט געדונגעןא פערד־און־װאגן און צוזאמען מיטן ברודער ױדל זענען די ארויסגעפארן צום מאסן־קבר פון די לוקאװער ײדן. די האבן געזען, װי מענטשלעכע ביינער װאלגערן זיך ארום אויפן פעלד, דער װינט האט אװעקגעיאגט דאס זאמד; הינט, קעץ און חזירים האבן זיך דערגראבן צו די טויטע און געפרעסן זײער פלײש. יאסל בורשטין האט פאר די פארזאמלטע אויפגעװיקלטא פעקל, אין װעלכן עס האבן זיך געפונען מענטשלעכע בײנער,א שטיקל טלית, רעשטלעך פון קלײדער. װען מיר האבן דאס דערזען, זענען מיר אלע אויסגעבראכן איןא געװײן. יעדער אײנער האט זיך געטראכטו אפשר איז דאס אן איבערבלײב פון מײן טאטן, פון מײן מאמען, פוןא ברו־ דער,א שװעסטערז

passage_b3b46d72119f27663806c7fc
Passage 3normalized OCR · source chars 2010-2905

מיר זענען אװעק צום בריסעלער רב און געפרעגט װאס מיר זאלן טאן מיט די מענטשלעכע איבערבלײבענישן. דער רב האט אונדז געזאגט, אז מען דארף דאס מקבר זײן אויפן בית־עולם. אין דער זעלבער צײט זענען מיר געװאר געװארן, אז די שעדלע־ צער אין בעלגיע גרייטן זיך צו שטעלןא מאנומענט פאר זייערע קדושים אויפן בריסעלער בית־עולם. מיר האבן זיך געװענדט צו די שעדלעצער, אז זײ זאלן אונדז דערלויבן קובר צו זײן די רעשטלעך פון לוקאוו אונטער זייער מאנומענט און אוועקשטעלן דארטא מאר־ מאר־שילדל מיטא געהעריקער אויפשריפט. מיר האבן אײנגעארדנטא לװיה אין גרויסן פארנעם און פארבעטן די םארשטײער פון אלע ײדישע ארגאניזאציעס אין בריסל. מיר האבן די רעשטן פון לוקאװער ײדן אויסגעשטעלט אין אן ארון און געבעטן קומען אפגעבן דעם לעצטן כבוד אונדזערע קדושים. עס זענען געקומען הונדערטער מענטשן. מיר זענען אלע ארויסגעפארן אויפן

passage_53ae6cee09c60377734a1327