ספר לוקאװ 461 יעדע2 פעחאן האבן באקומעןא ״טראגע״ אויף צו טראגן דאס בוי־מאטעריאל. טראגן האט מען געמוזט מיטא לויף־שריט. אויב אײנער איז געפאלן׳ האט מען אים שוין נישט געלאזט זיך אויפהײבן׳ און דער צװײטער האט תיכף געמחט געפינען אן אנדערן• אויב נישט׳ האט מען אים אויך ארויםגעענדיקט• אין עטלעכע טעג ארום האט מען אפגעקליבן59 פערזאן פון מײן טראנםפארט־— און מיך צװישן זײ— און מען האט אונדז אװעקגעפירט אויף ארבעט אין דער צעמענט־ פאבריק ״פארטלאנד״ אין גאלישאװ. ♦ איך האב באקומען דעם שילשול׳ פון װעלכן עם זענען אומגעקומען טויזנ־ טער לאגערניקעם. מיך האט געראטעװעטא ױנגערמאן פון פאריז׳א מיטארבעטער פון ״פאריזער הײנט״. ער האט מיר געגעבן צו עסן קוילן פון דער מאשין׳ װאס האט געפירט די שטײנער צו דער פאבריק. דאם מיטל האט געהאלפן. ער אלײן איז נישט געבליבן. אויך דער אויבנדערמאנטער מענדל נוימאן האט מיר געהאלפן בעת מיץ קראנקײס. ער האט אויםגעפירטא טײל פון מיץ ארבעט׳ און דערמיט האט ער מיר געראטעװעט דאם לעבן. אויך ער איז אומגעקומען— שוין האדט פאר דער באפריװנג. פארשטײט זיך׳ אז אן קלעפ אץ זידלערײען איז די ארבעט נישט געגאנגען. אן אויפהער האט מען געהערט די דײטשע קאמאנדע־באפעלןו ״הינלײגן׳ אופשטיץ׳ אוס־ גיץ׳ לויפשריט׳ לאס׳ שנעל״— דאם אלץ איז שטענדיק געװארן באגלײט מיט די קלעם פון ביקםן־קאלבעס.
נאך הײנט׳19 יאר נאך דער באפרײונג׳ װען עס טרעםט׳ אז איך דערד׳ער אין חיפה די דײטשע שפראך׳ דוכט זיך מיר אוים׳ אז אט׳ אט׳ װעל איך בא־ קומעןא קלאפ. עס װילט זיך מיר אװעק איןא װיםטעניש׳ באהאלטן זיך פון מענטשן׳ אץ נישט העח מער דאם דײטשע לשון. * מיר׳ די שקלאפן פון בירקענוי׳ האבן אין גאלעשאװ איבערגענומען די ארבעט׳ װאם עס האבן פריער אויםגעפירט ״פרײע״ פאליאקן. די צױוילע פאליאקן האבן געארבעס 8 שעד׳ אין טאג אץ צו דרײ פערזאן בײא װאגאן. אזוי ארום האבן זײ פארטיק געמאכט 3 װאגאנעןא טאג. דערבײ האבן זײ נאטירלעך געהאט בעסערע באדינגונגען םון דערנערונג׳ קלײדונג׳ שלאף. שוין אפגערעדט דערפון׳ אז קיץ קלעפ האבן זײ נישט באקומען. מיר׳ די געפאנגענע׳ האבן געמחט ארבעטן12 שעהא טאג און2 פערזאן האבן געמחט אויםפארטיקן5 װאגאנעןא טאג. דאם אלץ— אן עםן׳ אבער דערםאר מיט קלעפ• די ם.ם.־לײט פלעגן זאגןו ״דא קומט מען אריץ דורך דער טיר און מען גײט ארוים דורכן אויװן״. יעדן פרײטיק איז געקומעןא לאםטאויטא אץ צוגענומען25 טויטע