Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 465
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1368

ספר לוקא װ 461 יעדע 2 פעחאן האב ן באקומען א ״טראגע״ אוי ף צ ו טראגן דא ס בוי־מאטעריאל . טראג ן האט מען געמוזט מיט א לויף־שריט . אוי ב אײנער איז געפאלן׳ האט מען אים שוי ן ניש ט געלאזט זיך אויפהײבן׳ און דער צװײטער האט תיכף געמוזט געפינען א ן אנדערן • אוי ב נישט׳ האט מען אים אויך ארויםגעענדיקט • אין עטלעכ ע טעג ארום האט מען אפגעקליבן 59 פערזאן פון מײן טראנםפארט ־ — און מיך צװישן זײ — און מען האט אונדז אװעקגעפירט אויף ארבעט אין דער צעמענט ־ פאבריק ״פארטלאנד״ אין גאלישאװ . ♦ איך האב באקומען דעם שילשול׳ פון װעלכן ע ם זענען אומגעקומען טויזנ ־ טער לאגערניקעם . מיך האט געראטעװעט א ױנגערמאן פון פאריז׳ א מיטארבעטער פון ״פאריזער הײנט״ . ער האט מיר געגעבן צו עסן קוילן פון דער מאשין׳ וואס האט געפירט די שטײנער צו דער פאבריק . דא ם מיטל האט געהאלפן . ער אלײן איז נישט געבליבן. אויך דער אויבנדערמאנטער מענדל נוימאן האט מיר געהאלפן בעת מײץ קראנקײס . ער האט אויסגעפירט א טייל פון מײץ ארבעט׳ און דערמיט האט ער מיר געראטעװעט דאם לעבן . אויך ער איז אומגעקומען — שוי ן האדט פאר דער באפריװנג . פארשטײט זיך׳ אז אן קלעפ אץ זידלערײען איז די ארבעט נישט געגאנגען . אן אויפהער האט מען געהערט די דײטשע קאמאנדע־באפעל ן ו ״הינלײגן׳ אופשטיץ׳ אוס ־ גיץ׳ לויפשריט׳ לאס׳ שנעל״ — דאם אלץ איז שטענדיק געווארן באגלײט מיט די קלע ם פון ביקםן־קאלבעס .

passage_b76335c826a3d5e821078ce8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1370-2418

נאך הײנט ׳19 יאר נאך דער באפרײונג׳ װען עס טרעפט׳ אז איך דערד׳ער אין חיפה די דײטשע שפראך׳ דוכט זיך מיר אויס׳ אז אט׳אט׳ װעל איך בא־ קומען א קלאפ. עס װילט זיך מיר אװעק אין א װיםטעניש׳ באהאלטן זיך פון מענטשן׳ אץ נישט העח מער דאם דײטשע לשון. * מיר׳ די שקלאפן פון בירקענוי׳ האבן אין גאלעשאװ איבערגענומען די ארבעט׳ װאם עס האבן פריער אויסגעפירט ״פרײע״ פאליאקן. די צױוילע פאליאקן האבן געארבעס 8 שעד׳ אין טאג אץ צו דרײ פערזאן ביי א װאגאן. אזוי ארום האבן זײ פארטיק געמאכט 3 װאגאנען א טאג. דערבײ האבן זײ נאטירלעך געהאט בעסערע באדינגונגען פון דערנערונג׳ קלײדונג׳ שלאף. שוין אפגערעדט דערפון׳ אז קיץ קלעפ האבן זײ נישט באקומען. מיר׳ די געפאנגענע׳ האבן געמאכט ארבעטן 12 שעה א טאג און 2 פערזאן האבן געמאכט אויספארטיקן 5 װאגאנען א טאג. דאם אלץ — אן עסן׳ אבער דערפאר מיט קלעפ• די ם.ם.־לײט פלעגן זאגן ״דא קומט מען אריץ דורך דער טיר און מען גייט ארוים דורכן אויװן״. יעדן פרײטיק איז געקומען א לאסטאויטא אץ צוגענומען 25 טויטע

passage_159dfe3aa967cf882f0ca3c7