ספר לוקאוו 463 צום צװענגל. דאס האט דערזעןא צװיימער װאכמאן און גענומען שרײען אויף מיר פאר װאם איך רעד מיטא ״צױויליםט״. עם האט נישט געהאלפן קײן שום פארענטפע- רונג, אז איך האב נישט גערעדט, אז איך האב בלויז צוגעבונדן דאם צװענגל, און דער עיקר— אז דער ערשטער װאכמאן האט דאם געהײםן טאן. מען האט מיר געהײםן געבן 25 שמיץ אויפן הינטן. דערביי מוז איך אלײן צײלן די שמיץ. איך האב אפגעצײלט ביז 4, דערנאך האב איך שוין נישט געוװםט װאם עס קומט װײטער פאר. חברים האבן מיר דערצײלט, אז נאכן שמײםן האט מען מיך אװעקגעװארפן צו די מתים, װאם זענען געלעגן איןא װינקל. גראד איז אדורכעגאנגעןא פאליאק, װאם איז געקומען צו אונדז מיטן צוױיטן טראנםפארט פון װארשע. דאם איז געװען דער באנדיט קײטעק. בײ אונדז איז ער געװעןא פארארבעטער. א בילד פון אוישװיץ דער פאליאק האט מיך אויפגעהויבן, ארײנגעלײגט צו זיך אין בעט און מיט נאםע קאלטע שמאטעם האט ער מיך דעדמינטערט. ער האט מיך געהאלטן בײ זיך עטלעכע טעג ביז כ׳בין בכוח געװען צו גײן צוריק צו דער ארבעט. איןא צייט ארום האב איך געכאפט פון איםא פאר פעםטע קלעפ, און אז איך האב אים געפרעגט: ״קײטעק, פריער האםטו מיך געראטעװעט און איצט שלאגםטו״? — האט ער געענטפערט: ״דעמאלט האב איך אין דײ געזען דעם ערשטן העפטלינג פון טראנספארט, און איצט שלאג איך, וױיל דו ביםטא ײד״.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1378
passage_c6822ac456c43bbb7939aaa9
Passage 2normalized OCR · source chars 1380-1779
די ארבעט איז געגאנגען אין ריטעם פון די אומאויפהערלעכע געשרײען: ״לאם, שנעל, פערטיק מאכן״. די שטײנער, װאם מיר האבן ארײנגעװארפן אין װאגאן האבן געמוזט זײן אבסאלוט רײן. װײ איז געװען צו דעם, װאס אין זיץ װאגאן האט מען געפונעןא שטיקל בלאטע. איך בין געװעןא מומחה בײם האקן בלאקן שטײנער מיט א סנ־קילאדיקן האמער. איך האב דאם געטאן מיט די לעצטע כוחות. ♦
passage_a5c33d0cb407b4821b2b947b