Original scan
Original memorial-book scan 495
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1354

םפר לוקןןװ 49] מייטעך צו קעמפן. געװען זענען דאס: פסח גאלדמאן׳ לייבל בארנשטיץ, הערשל קעםל־ ברענער׳ אהרמ ערליד אװ אנדערע. אין די כסדרדיקע קאמפן און צוזאמענשטויםן מיט די דײטשן, זענען ביסלעכוױיז כמעט אלע אומגעקומען. דער קעמפער יחיאל אנשטאק מיט נאך5 חברים זענען דערמארדעט געװארן דורך א גרופע נישט ײדישע פארטיזאנער. בלויז אײן וױיםבוים האט זיך אפגעראטעװעט פון דעם איבערפאל. דער דאזיקער קעמפער ראובן װײסבוים (שמאי באבערניקערס זמ) האט שפעטער ארויםגעװיזן זײער גרויםע העלדישקײט. װעגן װעלכע עס װערט דערצײלט אין אן אנדער ארט אין דעם בוך. פתחיה שנײםער און מיכאל בלאכאװיטש האבן ארײנגעשמוגלט געװער אין געטא. אין קאמף מיט געשטאפא זענען זײ געפאלן. משה עליע געװערצמאן, אויף דער פאדערונג פון די דײטשן, זײ צו װײזן, װו עם באהאלטן זיך אוים די ײדן— אנטבלויזט ער זײן הארץ און זאגט: ״סײ װי װעסטן מיד דערשיסן אלס ײד— טא שיס!״. און ער איז דערשאסן געװארן. פאר דער ערשטער דעפארטאציע האט דער לוקאװער רב זיך אנגעטאן אין זײן קיטל, געזעגנט זיך מיט דער משפחד״ װען די דײטשן זענען געקומען אים נעמען, איז ער מיט זײ ארוים פאר דער טיר און דערקלערט, אז װײטער װעט ער נישט גײן. זײן טויטן קערפער האט מען שפעטער געפינען לעבן זײן דירה. פרץ ליבערמאנס זון,א חםידישער ױנגערמאן— מיטגליד פון לוקאװער ױדענראט,

passage_8236a9735615ba9cbcb3ef3e
Passage 2normalized OCR · source chars 1356-2538

האט אויף דער פאדערונג פון די דײטשן, צונויפגעזאמלטא גרעםערע סומע געלט. נאר װען די דײטשן זענען געקומען נאכן געלט, האט ער געזאגט צו זײ: איר װילט נאך באצאלט פארן פארניכטן די יידן?— ער צערײםט דאס געלט, װארפט זיך אויףא דײטש און שטיקט אים. אים האט אן אוקראינישער פאשיםט דערמארדעט. אין קאמף קעגן די דײטשן אין מינםקער געטא און אין די װײסרוםישע װעלדער זענען געפאלן: ראובן לאנדםבערג, אברהם סעגאל, פײװל פארביאזש, משה גרינבערג, אברהם הערש װײסמאן, שלמה נאטורמאן, די שװעםטער מרים, מינדל און טאבטשע שפארבער, מינדל שפארבערם זון האט ארויםגעפירט פון מינםקער געטא צענדליקער ײדן אין װאלד אריץ, זײ איבערגעגעבן איןא פארטיזאנער־אפטיילונג. ער איז אומגעקומעו אין קאמף קעגן די דײטשן, לעבנגעבליבן זענען פאלגנדיקע פארטיזאנער אין די װײסרוםישע װעלדער: נחום גאלדזאק (דער זון פון יאנקל ״טשארער״), געהערט צו דער געהײמער אונטערערדישער ארגאניזאציע אין מינםקער געטא. נאכן אומקומען פון זיץ פרוי און צװײ קינדער, איז ער אװעק צו די פארטיזאנער און אויפגעריםן אן עשאלאן פון מיט40 װאגאנעם דײטשן. צחאמען האט ער פארניכטעט9 דײטשישע עשאלאנען און ארויםגעװיזןא םך העלדיש־

passage_812d67f8ca91668eca4152ce