םפר לוקןן װ 49] מייטעך צו קעמפן. געװען זענע ן דאס: פסח גאלדמאן, לייבל בארנשטיץ, הערש ל קעםל־ברענער׳ אהרם ערלידא װ אנדערע. אין די כסדרדיקע קאמפן און צוזאמענשטויסן מיט די דײטשן, זענע ן ביסלעכוױי כמעט אלע אומגעקומען. דער קעמפער יחיאל אנשטאק מיט נאך 5 חברים זענע ן דערמארדערט געװארן דורך א גרופע נישט ײדישע פארטיזאנער. בלויז אײן װײסבױם האט זיך אפגעראטעװעט פון דעם איבערפאל. דער דאזיקער קעמפער ראובן װײסבױם (שמאײ באבערניקער ס זמ) האט שפעטע ר ארױסגעװיזן זײער גרויסע העלדישקייט. װעגן װעלכע עס ווערט דערצײלט אין אן אנדער ארט אין דעם בוך. פתחיה שנײמער און מיכאל בלאכאװיטש האבן ארײנגעשמוגל ט געװע ר אין געטא. אין קאמף מיט געשטאפא זענע ן ז ײ געפאלן. משה עליע געװערצמאן, אויף דער פאדערונג פון די דײטשן, זיי צו װײזן, װו עס באהאלטן זיך אױף די ײדן — אנטבלױזט ער זײן הארץ און זאגט: ״סײ װי װעסט ן מיד דערשיסן אלס ײד — ט א שיס!״. און ער איז דערשאסן געװארן. פאר דער ערשטער דעפארטאצי ע האט דער לוקאװער רב זיך אנגעטאן אין זײן קיטל, געזעגנט זיך מיט דער משפחה. װען די דײטשן זענע ן געקומען אים נעמען, איז ער מיט זײ ארויס פאר דער טיר און דערקלערט, אז װײטער װעט ער נישט גײן. זײן טויטן קערפער האט מען שפעטע ר געפינען לעבן זײן דירה. פרץ ליבערמאנס זון, א חסידישער יונגערמאן — מיטגליד פון לוקאװער ױדענראט,
האט אויף דער פאדערונג פון די דײטשן, צונויפגעזאמלט א גרעסערע סומע געלט. נאר װען די דײטשן זענען געקומען נאךן געלט, האט ער געזאגט צו זײ: איר װילט נאך באצאלט פארן פארניכטן די יידן? — ער צערײםט דאס געלט, װארפט זיך אויף א דײטש און שטיקט אים. אים האט אן אוקראינישער פאשים דערמארדעט. אין קאמף קעגן די דײטשן אין מינםקער געטא און אין די װײסרוםישע װעלדער זענען געפאלן: ראובן לאנדםבערג, אברהם סעגאל, פײװל פארביאזש, משה גרינבערג, אברהם הערש װײסמאן, שלמה נאטורמאן, די שװעסטער מרים, מינדל און טאבטשע שפארבער, מינדל שפארבערם זון האט ארויםגעפירט פון מינםקער געטא צענדליקער ײדן אין װאלד ארײן, זײ איבערגעגעבן אין א פארטיזאנער־אפטיילונג. ער איז אומגעקומעו אין קאמף קעגן די דײטשן, לעבנגעבליבן זענען פאלגנדיקע פארטיזאנער אין די װײסרוםישע װעלדער: נחום גאלדזאק (דער זון פון יאנקל ״טשארער״), געהערט צו דער געהײמער אונטערערדישער ארגאניזאציע אין מינםקער געטא. נאכן אומקומען פון זיץ פרוי און צװײ קינדער, איז ער אװעק צו די פארטיזאנער און אויפגעריםן אן עשאלאן פון מיט 40 װאגאנעס דײטשן. צחאמען האט ער פארניכטעט 9 דײטשישע עשאלאנען און ארויםגעװיזן א ם ך העלדיש ־