סםר לוקא װ 495 ארויסרײסן זיך פון ענגן געטא־װארשטאט און אויך גײן אין װןןלד אריץ • מיר מוזן צוהעלפן אין קאמף קעגן דעם בלוטיקן שונא . אבער װו נעמט מען געװער? די צײט שטײט נישט . װידער חק זיך אן דער אקטאבער־יום טוב . געװיס װעלן די דײטשן דעם טאג נישט אדורכלאזן און װידער װעט זיך גיסן ײדיש בלוט.. . ענדלעך געלונגען אונז צו באקומען 4 ביקסן מיט א רעװאלװער . דערמיט זענען מיר אװעק אין װאלד , איך , סמאליאר, הייבלום און צװײ רוסישע יידן . שלאכטאװיטש איז שפעטער מיט עטלעכען װאכן אנגעקומען אין װאלד מיט א גרופע פון 34 יידן . 17 מעת לעת האבן מיר זיך אױסבאר׳אלטן פון די דײטשן און ארומגעבלאנדזשעט אין די אומבאקאנטע װײסרוסישע װעלדער , ביז מיר האבן אנגעטראפן אויף א פארטיזאנער־אטריאד . דעם יום־טוב פון דער אקטאבער־ רעװאלוציע האבן מיר שוין געפײערט אין װאלד מיט אונדזערע חברים־פארטיזאנער , פרײלעכער װי אין פאריקן יאר .
װען דער קאמאנדיר פון קוטוזאװער אטריאד, ח׳ גאליצאװ, האט מיך באשטימט אלס אנפידער פון א דיװערסיע־גרופע, האב איך מיט צופרידנקײט אנגענומען מיץ אמט. צו דעם האב איך געשטרעבט — כאטש א ביסל צו שטילן מיץ דורשט נאך נקמה. מײן גרופע האט פארטראכט א פלאן װי אזוי זיך ציצוקריגן צום מינסקער געטא, כדי דאס ביסל מוטלאזע ײדן זאלן הערן, װי א דײטשישער צוג ווערט דורך אונז אויפגעריסן און שטילן זײער נקמה־דורשט מיטן דײטשישן מערדערישן בלוט. צו אונדזער גרופע שליסט זיך אויך אן די מוטיקע פארטיזאנערין צילע קלעבאנאװא, וואס איז געװען די מײסטערין פון איבערהאקן די טעלעיראפישע דדאטן אין מינסקער געטא און אין ארויספירן גרופעס ײדן צו די פארטיזאנער. זעקס מאל האט זי איבערגעהאקט די דראטן און 150 ײדן ארויסגעפירט פון געטא.
אונחער גרופע האט באשלאסן אויפרייסן די ליניע מינסק־מאלאדעטשנע. 12 בײנאכט, װען מיר זענען צוגעקומען צום ערשטן קילאמעטֶר פאר מינסק האבן מיר באמערקט װי א דייטשישע וואך שפאנט אד,ין צוריק. גראד איז געווען א שײנע לבנה־נאכט. אונדזער פלאן האט געקענט אדורכפאלן. פון דעסטװעגן האבן מיר באשלאסן צו װארטן, אפשר װעט א כמארע פארדעקן די לבנה. מיר האבן לאנג און עקשנותדיק געװארט ביז ס׳האט זיך ענדלעך אנגערוקט א װאלקן און האט פארשטעלט די לבנה אויף א געװיסעד צײט, מיר האבן אין איילעניש אונטערגעלײגט א מיינע אויפן ערשטן קילאמעטער הינטער מינסק, הארט בײם געטא. מיר האבן זיך אװעקגעלײגט װארטן 200 מעטער פון דער באן־ליניע ביז עס איז אנגעקומען א צוג. עס האט זיך דערהערט א מוראדיקער אויפרייס. 40 װאגאנען מיט קריגס־מכשירים און 150 דײטשן זענען אױף שטיקער צעריסן געװארן. די געפײניקטע ײדן אין מינסקער געטא האבן פאד זייער אומקום כאטש עטליכע מינוט געפילט דעם טעם פון נקמה. אסאך אזעלכע פילבארע קלעפ האבן מיר, ײדישע פארטיזאנער, פארגעגעבן די דײטשישע פאשיםטישע בעםטיעס אין די װײסרוסישע װעלדער. מיר האבן נקמה גענומען פאר אומשולדיק פארגאסענעם בלוט, איך פיל זיך שטאלץ, װען איך דערמאן זיך װעגן מיין אנטײל אץ די העלדישע קאמפן אלס זון פון ײדישן פאלק.