Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 499
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-901

סםר לוקאװ 495 ארויסרײסן זיך פון ענגן געטא־װארשטאט און אויך גײן אין װןןלד אריץ• מיר מוזן צוהעלפן אין קאמף קעגן דעם בלוטיקן שונא. אבער וװ נעמט מען געװערז די צײט שטײט נישט. וױדער חקט זיך אן דער אקטאבער־יום טוב. געװיס װעלן די דײטשן דעם טאג נישט אדורכלאזן און וױדער װעט זיך גיסן ײדיש בלוט... ענדלעך געלונגט אונדז צו באקומען4 ביקסן מיטא רעװאלװער. דערמיט זענען מיר אװעק אין װאלד, איך, סמאליאר, הייבלום און צוױי רוסישע יידן. שלאכטאװיטש איז שפעטער מיט עטלעכע װאכן אנגעקומען אין װאלד מיטא גרופע פון34 יידן.17 מעת לעת האבן מיר זיך אױסבאר׳אלטן פון די דײטשן און ארומגעבלאנדזשעט אין די אומבאקאנטע װײסרוסישע װעלדער, ביז מיר האבן אנגעטראפן אויףא פארטיזאנער־אטריאד. דעם ױם־טוב פון דער אקטאבער־ רעװאלוציע האבן מיר שוין געפײערט אין װאלד מיט אונדזערע חברים־פארטיזאנער, פרײלעכער װי אין פאריקן יאר.

passage_7530b3ed18e4e5b8bbba0a97
Passage 2normalized OCR · source chars 903-1695

װען דער קאמאנדיר פון קוטוזאװער אטריאד, ח׳ גאליצאװ, האט מיך באשטימט אלס אנפידער פוןא דיװערסיע־גרופע, האב איך מיט צופרידנקײט אנגענומען מיץ אמט. צו דעם האב איך געשטרעבט— כאטשא ביסל צו שטילן מיץ דורשט נאך נקמה. מײן גרופע האט פארטראכטא פלאן װי אזוי זיך ציצוקריגן צום מינסקער געטא, כדי דאס ביסל מוטלאזע ײדן זאלן הערן, װיא דײטשישער צוג װערט דורך אונדז אויפגעריסן און שטילן זײער נקמה־דורשט מיטן דײטשישן מערדערישן בלוט. צו אונדזער גרופע שליסט זיך אויך אן די מוטיקע פארטיזאנערין צילע קלעבאנאװא, וואס איז געװען די מײסטערין פון איבערהאקן די טעלעיראפישע דדאטן אין מינסקער געטא און אין ארויספירן גרופעס ײדן צו די פארטיזאנער. זעקס מאל האט זי איבערגעהאקט די דראטן און150 ײדן ארויסגעפירט פון געטא.

passage_24606a9e01b78a609636de99
Passage 3normalized OCR · source chars 1697-2959

אונחער גרופע האט באשלאסן אויפרײסן די ליניע מינסק־מאלאדעטשנע.12 בײנאכט, װען מיר זענען צוגעקומען צום ערשטן קילאמעטער פאר מינסק האבן מיר באמערקט װיא דייטשישע וואך שפאנט אד,ין צוריק. גראד איז געוועןא שײנע לבנה־נאכט. אונדזער פלאן האט געקאנט אדורכפאלן. פון דעסטװעגן האבן מיר באשלאסן צו װארטן, אפשר װעטא כמארע פארדעקן די לבנה. מיר האבן לאנג און עקשנותדיק געװארט ביז ס׳האט זיך ענדלעך אנגערוקטא װאלקן און האט פארשטעלט די לבנה אויףא געװיסעד צײט, מיר האבן אין איילעניש אונטערגעלײגטא מינע אויפן ערשטן קילאמעטער הינטער מינסק, הארט בײם געטא. מיר האבן זיך אװעקגעלײגט װארטן 200 מעטער פון דער באן־ליניע ביז עס איז אנגעקומעןא צוג. עס האט זיך דערהערט א מוראדיקער אויפרײס.40 װאגאנען מיט קריגס־מכשירים און150 דײטשן זענען אױף שטיקער צעריסן געװארן. די געפײניקטע ײדן אין מינסקער געטא האבן פאד זײער אומקום כאטש עטלעכע מינוט געפילט דעם טעם פון נקמה. א סך אזעלכע פילבארע קלעפ האבן מיר, ײדישע פארטיזאנער, פארגעבן די דײטשישע פאשיםטישע בעםטיעס אין די װײסרוסישע װעלדער. מיר האבן נקמה גענומען פאח אומשולדיק פארגאסענעם בלוט, איך פיל זיך שטאלץ, װען איך דערמאן זיך װעגן מיץ אנטײל אץ די העלדישע קאמפן אלם זץ פון ײדישן פאלק.

passage_0254404b1174368fbf36e95f