Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 501
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1227

ספר לוקן װ 497 אונדזער אװעקגעלײגטער מינע. דער אויפרײם איז געװען אזױ גרױם, אז מיר זענע ן אלע אװעקגעשלײדערט געװארן אױף עטלעכ ע מעטער. מיר האב ן זי ך קױ ם אויפגעהױבן און מיט ן גאנצן פו ח געלאפן אין װאלד אריץ׳ וװעם האט אױף אונדז געװארט אונדזער װעגװיתער. דער עשאלאן איז שרעקלעך צעמזיקט געװארן. ע ם האב ן אנגעהױבן ברענען די װאגאנעם און די געשױיען פון די געניזוקט ע היטלערימט ן איז געװען דיע ר גריים. ערשט אין 20 מינוט ארום האט זי ך געעפנט א שיםער ײ פון אלע זײטן. אלע בונקערס האבן געגעבן פײער צו אונדז אין װאלד אריץ. מיר זענען שוין אבער געװען װײט. מיר זענע ן געלאפן 5 קילאמעטע ר אין װאלד ביז מיר זענע ן אנגע • קומען אין אונדזער באשטימטן פונקט • דער פויער׳ בײ װעמען מיר האב ן זי ך אויפ־ געהאלטן (א פאליאק), האט זיך מיט אונדז שטארק דערפרײט. ער האט אונדז הארצי ק באגריםט און געשטעלט פאר אונדז א שפאר ביםל בראנפן. מיר האב ן זי ך געזעצט צום טיש מיט אזא פרײד, װאם אל ע מײנע חברים װעלן דאם אין לעבן נישט פארגעסן (2 פון דער גרופע לעבן נישט) און דע י אלטער אויסשפירער אונדזערער, אברהם באטשקעװיצער, זאגט צו מיר: ״נו, חבר פאליטרוק, איצט זאג ט עפעס א פאר װערטער עם זאל ארײנגעבן מוט אויף װײטער״.

passage_539835f4de044fd80d4d6794
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1229-2469

איך האב אלעמעזש הארציקע באגריסונג געזאגט ׳אז דאס איז אונדזער פליכט נקמה צו נעמען פאר אונדזערע פרויען און קינדער, טאטעם און מאמעם, — פאר אונדזערע אלע נאענטע און דערמיט הייבן דעם כבוד פון ײדישן פאלק. טרערן האבן מיך געשטיקט ׳ ווען איך האב דערמאגט די קינדער און די נאענטע, מיינע חברים האבן דאס באמערקט און איינער פון זיי ׳ לײביש פערדמאן ׳ וועלכער האט די מינעס צוגע־ גרײט׳ גיט זיך א שטעל אויף און זאגט 1 ״ח ׳ פאליטרוק ׳ מיר וועלן ווייטער גײן מיט אײך און ווייטער קעמפן״. מיר מאכן דאן א ״לחײם״ ביז טאג. ערשט אויפן דריטן טאג קערן מיר זיך צוריק מיט א גרויסער מתנה פאר די קינדער פון אונדזער אטריאד. מיר האבן פאר זיי געברענגט פלײש, ברויט און נאך פיל גוטע זאכן. אבער די בעסטע מתנה איז געווען דאס ׳ וואס מיר האבן אויפן וועג געטראפן סיל ײדישע חברים פון אנדערע אפטײלונגען, װעלכע האבן אונדז באגריסט און דערצײלט, אז אלע רוםישע פארטיזאנער רימען אונדזערע מעשים און זאגן * ״אט זעט, װאם די ײח האבן אויפגעטאן״. פון דעמאלט אן ׳ בײ יעדע באגעגעניש מיט פארטיזאנער פון פאר־ שידענע אפטײלונגען ׳ װערן מיר הײם באגריסט. מיר אלע האבן זיך דערפילט שטארקער און זיכערער װי פריער — אײדער מיר האבן דאס שטיקל ארבעט דורכגעפירט.

passage_ae06a76c8645f8e3f4478b9e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2471-3048

מיר פארן װייטער און װײטער. אבער דער שונא שלאפט נישט. מיר װערן שטארק פארפאלגט אז עס עפנט זיך אויף אונדז א שימערײ פון אלע זײטן. דעם שונא ם אערא־ פלאנען באװארפן אונדז מיט באמבעס און פיקירן איבער אונדזערע קעפ פארשיטניק אונדז מיט א האגל פון קוילן. מיר, צוזאמען מיט נאך הונדערטער פארטיזאנער, פיר ן א העפטיקן פארטײדיקונגם־קאמף ביז שפעט אין דער נאכט. ענדלעך געלונגען עס אונדז אריבערצופאח די פארטיזאנער־בריק איבערן ניעמאן. די בריק איז געװעז באװאכט םץ דעם ספעציעלן קאזאקישן אטריאד אויפן נאמען םץ זײער םירער מיטקו4

passage_2d7920c366b61023884d1c7f