ססר לוקאװ 525 געטרוימטן לאנד. דער ײד האט אונדז דערציירט װעגן דעם לעבן פון די חלוצים אין די קיבוצים, װעגן כרמל, גליל און עמק יזרעאל. דערנאך האט ער אויפגעזונגען פאר אונת דעם ״שיר העמק״ און דאם ליד איז געװארןא הימען,א סימבאל פמ גלויבן און האםע־ נונג, נישט בלויז ביי די ציוניםטיש־געשטימטע, נאר אויך אין די לינקע קריתן• אין יענער צײט האט מען גראד געבראכט אין לאגער די ערשטע פרויען־קריםטינם, פראנצויזינם, פארן ״חטא״ פץ סאלידאריזירן זיך מיט די ײדן דורך אנטאן זיד די געלע לאטע און דערצוא באנד: ״פרײנד פון ײדן״. עטלעכע פראנצויזישע פרויען האבן זיך אײנגעד,ערט אין דעם ״שיר העמק״, און װען זײ האבן זיך דערוװסט די באדײטונג און אפשטאמונג פונעם ליד, זענען זײ ארײנגעפאלן אין באגײםטערונג און געמאכט אויסרופן לכבוד דעם ײדישן פאלק. *
איץ מאל אין חודש האבן מיר געהאטא רעכט אויףא באזוך פון דער פרוי און קינדער. נאך די דאזיקע װיזיטן פלעגט די שטימונג אין לאגער זײןא געדריקטע. דאם אפרײםן זיך פון די נאענטע האט אנגעװארפןא מרה־שחורה. עם זענען געװען חברים— ספעציאליםטן אויף הײבן די שטימונג. עם האט זיך אפילו געשאפןא גרופע מענטשן. א ״טרײםט־בריגאדע״• װי נאר עמעצער איז ארײנגעפאלן אין מרה־שחורה, איז אויםגע־ װאקסן אט די פרײלעכע חברה און גענומען דעם אומעטיקן מענטש אין דער ארבעמ ארײן, ביז אויף זײן פנים האט װידער זיך באװיזןא שמײכל... אונדזערע פרויען אין פאריז האבן ארגאניזירטא מארש קײן פיטױויע אונטערן לאזונג: גיט אונדז צוריק אונדזערע מענער און די פאטערם פון אונדזערע קינדער.א םך פראנצויזישע פרויען אין פיטױויע האבן זיך סאלידאריזירט מיט די מאניםעםטירנדיקע ײדישע פרויען.
14 חדשים זענען מיר געװען אין לאגער פיטױויע. מען האט אונדז צוגעזאגט, אז אלם פוילישע בירגער װעלן מיר בלײבן אין לאגער ביז נאך דער מלחמה. םון צייט צו צײט פלעגן אפילו קומען צו אונדז פראנצויזישע פערזענלעכקײטן, כדי אונדז צו טרײםטן• אבער דעם 16טן יולי1942 האט מען אונדז ארײנגעפאקט אין װאגאנען צו100 פערזאן איןא װאגאן (מען האט אזא װאגאן גערופן ״א פעקל״) און אונדז אלעמען געבראכט קײן בירקענוי• דארט האט דער דאקטאר מענגעלע דורכגעפירט זיץ בארימטע םעלעקציע: װער צום טויט, און װער צום מוטשען זיך—א ביםל מער, אדערא ביםל װײניקער. בלויז געצײלטע האבן דערלעבט צו זען דעם םוף םון די דײטשע םארברעכער. און איך בין געװען צװישן זיי. און איצט, אז איך עפן דעם ישראלדיקן ראדיא און עם טרעפט, אז איך דערהער דעם ״שיר העמק״, שטײט װידער אויף פאר מײנע אויגן דער לאגער אין פיטױויע. איך דערזע דעם ײד פץ ארץ־ישראל, װאס האט צו אוגדז געבראכט דאם ליד און די טויזנטער חברים, װאם האבן נישט דערלעבט צו הערן דאס ליד אין אײגענעם לאנד.