ססר לוקא װ 525 געטרוימטן לאנד. דער ײדהאט אונדז דערצײרט װעגן דעם לעבן פון די חלוצים אין די קיבוצים, װעגן כרמל, גליל און עמק יזרעאל. דערנאך האט ער אויפגעזונגען פאר אונת דעם ״שיר העמק״ און דאם ליד איז געװארן א הימען, א סימבאל פמ גלויבן און האםע־ נונג, נישט בלויז ביי די ציוניסטיש־געשטימטע, נאר אויך אין די לינקע קריטן • אין יענער צײט האט מען גראד געבראכט אין לאגער די ערשטע פרויען־קריסטינס, פראנצויזינס, פארן ״חטא״ פץ סאלידאריזירן זיך מיט די ײדן דורך אנטאן זיד די געלע לאטע און דערצו א באנד: ״פרײנד פון ײדן״. עטליכע פראנצויזישע פרויען האבן זיך אײנגעד,ערט אין דעם ״שיר העמק״, און ווען זיי האבן זיך דערװוסט די באדייטונג און אפשטאמונג פונעם ליד, זענען זיי ארײנגעפאלן אין באגײםטערונג און געמאכט אויסרופן לכבוד דעם ײדישן פאלק. *
איצמאלאין חודש האבנמיר געהאט א רעכט אויפ א באזוך פון דער פרוי און קינדער. נאך די דאזיקע װיזיטן פלעגט די שטימונג אין לאגער זײן א געדריקטע. דאם אפרײסן זיך פון די נאענטע האט אנגעװארפן א מרה־שחורה. עס זענען געװען חברים — ספעציאליםטן אויפ הײבן די שטימונג. עס האט זיך אפילו געשאפן א גרופע מענטשן. א ״טרײםט־בריגאדע״ • װי נאר עמעצער איז ארײנגעפאלן אין מרה־שחורה, איז אויסגעװאקסן אט די פרײלעכע חברה און גענומען דעם אומעטיקן מענטש אין דער ארבעם ארײן, ביז אויף זײן פנים האט װידער זיך באװיזן א שמײכל... אונדזערע פרויען אין פאריז האבן ארגאניזירט א מארש קײן פיטױוי אונטערן לאזונג: גיט אונדז צוריק אונדזערע מענער און די פאטערם פון אונדזערע קינדער. אוםך פראנצויזישע פרויען אין פיטױוי האבן זיך סאלידאריזירט מיט די מאניםעםטירנדיקע ײדישע פרויען.
14 חדשים זענען מיר געווען אין לאגער פיטױויע. מען האט אונדז צוגעזאגט, אז אלם פוילישע בירגער וועלן מיר בלייבן אין לאגער ביז נאך דער מלחמה. פון צייט צו צייט פלעגן אפילו קומען צו אונדז פראנצויזישע פערזענלעכקייטן, כדי אונדז צו טרײסטן• אבער דעם 16טן יולי 1942 האט מען אונדז ארײנגעפאק ט אין װאגאנען צו 100 פערזאן אין א װאגאן (מען האט אזא װאגאן גערופ ן ״א פעקל״) און אונדז אלעמען געבראכט קיין בירקענוי• דארט האט דער דאקטאר מענגעלע דורכגעפירט זיץ בארימטע םעלעקציע: ווער צום טויט, און ווער צום מוטשע ן זיך — אביםל מער, אדער אביםל װײניקער. בלויז געצײלטע האבן דערלעבט צו זען דעם םוף םון די דײטשע םארברעכער. און איך בין געװען צװישן זיי. און איצט, אז איך עפ ן דעם ישראלדיקן ראדיא און עס טרעפט, אז איך דערהער דעם ״שיר העמק״, שטײט װידער אויף פאר מיינע אויגן דער לאגער אין פיטױויע. איך דערזע דעם ײד פץ ארץ־ישראל, װאס האט צו אוגדס געבראכט דאם ליד און די טויזנטער חברים, װאס האבן נישט דערלעבט צו הערן דאס ליד אין אײגענעם לאנד.