Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 614
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1307

610 םםר לוקא װ דער גורל־פון טאניק ראזענשטײן קיין םך יידישע גימנאזיע־שילערס זענען אין לוקאװ נישט געװען. קדם כלא האט נישט יעדער ייד זיך געקענט דערלויבן מאטעריעל צו שיקן זיינע קינדער אין דער גימנאזיע. צװײטנם, האט מען אין גימנאזיע געלערנט אויך שבת, און פאר א םך יידן איז דאס געװען א פראבלעם. פון דעםטװעגן האבן עטלעכע ײדן, מערסטנטײל פאר־ מעגלעכע, געשיקט דיערע קינדער אין גימנאזיע. צװישן זײ זענען געװען: די ברידער צוקערמאן, זײ האבן געהאט א גחים אײזנװארג־געשעפט, דער קאנפעקציע־סוחר יצחק הײבלום, דער מיל־אייגנטימער בערל בארנשטײן, דער לעדער־סוחר נח פלאמאן, ד״ר הערמאן. צװישן די ײדישע גימנאזיסטן איז אויך געװען טאניק ראזענשטײן. זײן פאטער איז דװק א גישט געװען קײן גביר. מען האט אים גערופן שלמה שערער (פריזיער). ער האט זײער געװאלט, אז זיץ זון זאל זיץ א דאקטאר. כידוע, זענען די ײדישע שערערס אין די קלענערע שטעט גלײכצײטיק געװען שטיקלעך פעלדשערם. אץ פון א פעלדשער ביז א דאקטאר איז דאך שוין נישט אזוי װײט... אבער איידער מען שטודירט אויף דאקטאר, דארף מען פריער לערנען אין גימנאזיע... טאגיק ראזענשטיץ איז געװען א בחור מיט אלע מעלות. ער איז געװען הױך און שיץ. ווען ער האט אדורכשפאצירט די גאס אין גימנאזיע־אוניפארם, איז געװען א פארגעניגן צו קוקן אויף אים.

passage_8f886a4978c8a8e433d1249b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1309-2627

מיר איז געװען אנגענעם צו זײן באפרײנדעט מיט טאניקן. אדאגק אים האב איך געקענט קומען אין די קריחן פון דער שטודירנדיקער ױגנט. אויסער דעם בין איך געװען א ״לינקער״ און איך בין געװען פאראינטערעסירט ארײנצוציען אט די ױגנט אין די ״לינקע״ קריחן. אין יענע דרײסיקער יארן איז נישט שװער געװען איבערצוצײגן די ױגנטלעכע, אז דער איינציקער ריכטיקער וועג איז דער, אויף וועלכן עס גייט דאס פרייע לאנד. דארט איז אפגעשאפט יעדער אונטערשיד צװישן קלאסן און אלע קאנען באקומען הויכע בילדונג — אן שום שװעריקײטן. אין יענער צײט האט כמע ט די גאנצע ײדישע אינטעליגענץ געזען די פארװירקלעכונג פון זײער טרױם אין קאמוניםטישן רוםלאנד. נאכן פארענדיקן די גימנאזיע איז טאניק געבליבן אין א שװערער לאגע. װײטער שטודירן אין םוילן איז געװען כמע ט אוממעגלעך. די אונױוערםיטעט ן זענען פאר ײדישע םטודענטן געװען װי פארמאכט. ער איז אװעקגעפארן שטודירן קי ץ אויםלאנד, אבער נאך א שטיקל צײט מ חער, צוליב מאטעריעלע שװעריקײטן, צודיקקומען. דאן הײבט טאניק אן טראכטן װעגן פארן לערנען קי ץ ראטן־פארבאנד. עטלעכע װאכן פאר ץ אפפאר פלעגן מיר זיצן גאנצע שעהען און שמועםן. ער פלעגט פאר מיר מאלן גראנדיעזע פלענער, די גרויסע מעגלעכקײטן װאם שטײען אים פאר. אין א פינצטערער נאכט איז טאניק אריבער די םאװיעטיש־פוילישע גרענעץ •

passage_2e7717c783938d492325894a