Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 67
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1047

ססר לרקא װ 63 פארגעקומען אין הויז פון רב ר׳ שלמה בראן. נאך א מײנוגגס־אויסטוי ש האט דער רב דערקלערט, אז די מערהײט איז פאר פארטיילן די הילף אין פראדוקטן און אויך פאר אויסװאלן א קאמיטעט. די ״אגודה״ האט פארלאזט די זיצונג און זיך נישט באטייליק ט אין קאמיטעט, אין יענע שטורמישע נאװעמבער־טעג איז פארגעקומען א געמײנזאמער מאסן־״ מיטינג פון פ.פ.ס. ^ ״בונד׳ / לינקע פ.צ. און קאמוניסטן. עס האבן געפלאטערט רויטע פאנען. די רעדעס זענען געװארן געהאלטן אין פויליש און אין ײדיש. דאס איז געװען א ן אימפאזאנט בילד. מען האט געגלויבט׳ אז עס איז געקומען די צײט פאר א נײער װעלט פון אמת און גערעכטיקײט פאר אלע מענטשן. עס איז געשאפן געװארן א ן ארבעטער־ ראט מיט די פארשטײער פון אלע סאציאליסטישע פארטײעך ײדישע און פוילישע׳ מיטן פאלגנדיקן צוזאמענשטעל: פון פ.פ.ס. — דער לערער קרוטשיק און זשימקעוױטש 1 פון ״בונד״ — מאטל בראנזוי ל און מ. הובערמאן; פון די לינקע ״פועלי צױן״ — רײכמאן און שרה בולקינשטײן; פון די קאמוניסטן — װאלטשי ק און דוד גאטעסדינער.

passage_ff4452dbcce01619e64e2e15
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1049-2294

די ארבעטער־װױגנט האט אין יענער צײט נישט געהאט קײן אײגענעם לאקאל (אויסער א פראפפאראיץ אין זײער א קלײנעם לאקאל). מחמת דעם האט זי זיך געזאמלט אין לאקאל פון קולטור־פאראיץ. די פארװאלטונג פון קולטור־פאראײן איז געװען קעגן ארײנפירן פאליטישע ארבעט אין לאקאל. זי האט פארארדנט ^ אז קײן שום פאליטישע ארויסטריטן זאלן נישט פארקומען. דער ״בונד״ און די לינקע פצ. האבן געמאכט באמיאונגען איבערצונעמען די אינסטיטוציע. אויף דעם באדן איז פארגעקומען א שארפער צוזאמענשטויס צווישן זיי און דער פארוואלטונג פון קולטור־פאראיין. די פאליצײ האט אינטערווענירט׳ צעטריבן די אנוועזנדיקע און געשלאסן דעם לאקאל. אין עטלעכען וואכן ארום האט דער קולטור־פאראיין געדונגען אן אנדער לאקאל און געעפנט די אינסטיטוציע א. ג. ״יידישע פאלקס־ביבליאטעק״ ׳ װאס האט עקזיסטירט ביז דער היטלערישער שחיטה. ביסלעכוױיז האט דאס לעבן זיך סטאביליזירט׳ און צוזאמען דערמיט — אויך דאס יידישע לעבן. עס איז פארגעקומען אן אויפלעבונג אין דער אינדוסטרי און אין האנדל און אויך אין קולטור־געזעלשאפטלעכן לעבן. עס זענען פארגעקומען די ערשטע שטאטראט־װאלן. פון די 24 מאנדאטן צום שטאטראט האבן די ײדן באקומען 10. די גרעסטע צאל שטימען׳ מיט 5 מאנדאטן׳ האט באקומען דער ״בונד״.

passage_2b59ca07234d1c7a0a5c33eb
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2296-2761

אין יענע ר צײט איז פארגעקומען אן אינטערעסאנטער עפיזאד. הױת װי קײן ארבעטסלאזע האט נישט געפעלט׳ האט דער פראפפאראי ץ געשאפן אן ארבעטסלאזע־ קאמיטעט׳ װאס האט ארויסגעשיקט ברױו צו די פארמעגלעכע ײדך אז זײ זאלן פרײוױלי ק קומען אין קאמיטעט און זיך באשטייערן אויפן ארבעטסלאזע־פאנד. די אלע׳ װאס האבן באקומען די ברױה זענע ן אליץ געקומען און זיך באשטײערט און אזוי ארום איז אײנגעפלאםן אן אנגעזעעג ע סומע לטובת די ארבעטסלאזע.

passage_e33ab41f07dffb4108fdea1b