Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 87
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1399

דאס ײדישע לוקאװ יחיאל ראזענבלו □ װען איך בין אװעקגעפארן קײן ארץ־ישראל, אין אנהײב פון די דרײסיקע יארן, האט לוקאװ געפײערט אירע ססד־יאריקע עקזיסטענץ, לוהאװ, אײנע פון די עלטסטע שטעט אין פוילן איז אנטשטאנען אומגעפער אין יאר 1230, באלד אין די ערשטע יאח האבן דארט זיך שוין געפונען אײנצלקע ײדן, און מיט עטלעכעק יאר שפעטער האט דארט שוין געדארפט זײן א ײדישע קהילה. װארום װען לוקאװ איז געװארן אפגעברענט אין א קורצער צײט ארום (בײם אנפאל פון די טאטארן) איז אויך פארברענט געווארן א קלײן שולכל. מיר זענען נישט באלאנגט קײן דאקומענטן פון שפעטעדדיקן ײדישן לעבן אין לוקאװ — פון 14טן ביזן 19טן יארהונדערט — אבער פון ציפערן און דאטעם׳ װאם איך האב צוזאמען מיט אסתר סרעברניק געזאמלט א מאל אלס מדריכים פון ״השומר הצעיר״, װײסן מיר, אז אין יאר 1820, װען עס איז פארגעקומען א באפעלקערונג־ צײלונג אין לוקאװ, האבן דארט געלעבט 1259 יידן לגבי (^) 12 פאליאקן און עס האט שוין עקזיסטירט א גאנץ אלטער בית־עולם. אין די שפעטערדיקע סס1 יאר איז דער ײדישער ישוב נאך גרעסער געװארן. אין 1910 האבן אין לוקאװ געװוינט 8070 ײדן און 3700 פאליאקן. אבער אין דער מלחמה־צײט האבן אסך ײדן פארלאזט לוקאװ - ארויסגעפארן אין אנדערע שטעט אדער עמיגרירט. אויך די שטערבלעכקײט איז געװען א גרויסע. אין יאר 1921 האבן אין לוקאװ זיך געפונען בלויז 250< ) ײדן, דאקעגן קריסטן — 6400 .

passage_793fbdfbda1f2478324422d2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1401-2526

פון װאס האבן ײדן געלעבט אין לוקאװי מיט װאם האבן זײ זיך באשעפטיקט ז קיין גרויסע פאבריקן זענען דארט נישט געװען ; אויף רעגירונגם־פאסטן האט מען קיין ח ניש ט צוגענומען . א געװים ליכ ט קענען אפשר װארפן די ציפערן , װאם מיר האבן ארויםגענומען פון מאגיסטראט , הגם זײ זענען שײך אי,'( ! שטאט־אײנװוינער . אבער דער גרעסטער טייל פון מםחר האט זיך דאך זיכער געפונען אין ײדישע הענט . (די רשימח איז פון יאר 1930) . אלזא, אין שטאט האבן זיך דאן געפונען : 41 פאבריקלעך און װארשטאטן (דערין אויך די מיל און דער טארטאק) , 6 האטעלן און מעבלירטע צימער צו פארדינגען . 43 רעםטאראציעס, שענקען און טיי־הייזער , 137 שפייזקראמען , 31 יאטקעם , 19 םאדעװאםער ־ געוועלבלער און פרוכטגעשעפטן ׳ 38 ווורשט און חזיר־געשעפטן , 36 מילכװארג און אײער־געשעפטן, 4 םקלאדעס פון האלץ און קוילן , 19 טאבאק־געװעלבער - 6 גאלאנטעריע ־ געשעפטן, 53 געשעפטן פון שוכווארג , לעדער און שיך־צודאטן . 21 מאנופאקטור־געשעםטן . 25 שניידער־געװעלבער , 9 קראמען פון כלים און גלאזווארג • 1 3 געוועלבער פון אייזנווארג און שטאל־חפצים ׳ 8 געשעפטן פון ביכער און שרייב־מאטעריאלן , 6 אםטייקן און אפטייק ־

passage_65577f22281232d17e419ec0