ספר לוקאוו 85 בעלגיע און אנדערע אײראפעישע לענדער. אויב עס זענען בכלל גישט געװען קיין מעגלעכקײטן צו עמיגרירן, איז מען געפארן קײן װארשע. דאס ײדישע װארשע האט אלעמען אויפגענומען. די ױגנט
מיץ יוגנט האב איך פארבראכט אין לוקאװ׳ און צװישן דער ײדישער יוגגט בין איך געװען אקטיװ. ביז איצט קען איך נישט פארשטײן פון װאנען עס האט זיך געגומען אזא ענערגיע ביי דער ײדישער יוגנט׳ פון װאנען האבן זײ געשעפט אזא כוח צו געזעלשאפטלעכער און קולטור־ארבעט. בסך־הכל האט די ײדישע יוגנט נישט געהאט פאר זיך קײן שום עקזיסטענץ־פערספעקטױון. װעגן שטודירן —־ איז קײן רײד נישט געװען. דער אנטיסעמיטיזם איז געשטאנען אין װעג. די ײדישע באפעלקערונג אין שטאט האט באטראפן50 פראצענט; שטײערן האבן ײדן געצאלט60 פראצעגט סון דער גלאבאלער סומע. אבער פאר ײדישע קינדער איז געװען בלויז אײנע פון די פיר אלגע־ מײנע שולן. אין שטאט זענען געװען2 גימנאזיעס׳ פאר ײנגלעך און פאר מײדלעך׳ אבער ײדישע גימנאזיסטן האט מען געקענט צײלן אויף די פינגער— ערשטגס צוליב דעם הויכן אפצאל׳ און צװײטנס׳ צוליב דער אנטיסעמיטישער דיסקרימינאציע. אט׳ למשל׳ געדענק איך אײן גימנאזיע־שילער ראובן פלאמאן. זײן פאטער האט געהאטא געװעלבל פון שוסטער־צודאטן און ער האט אלץ געטאן׳ אז זײן זון׳א בחור מיטא ״פײערדיקן קאפ״ זאל װערןא ״מענטש״. אבער אין גימנאזיע האט מען אים אזוי שיקאנירט׳ אז ער האט געמוזט זיצן2 יאר אין אײן קלאס. לסוף האט מען אים געגעבן אזעלכע באלן׳ אז ער האט װײטער נישט געקענט לערנען. פלאמאן איז אבער נישט געווען געפאלן ביי זיך— ער האט באלײגט דעם עקזאמען אין דער װאיעוואדשאםט־ שטאט׳ אין לובלין׳ און דארט האט ער באקומען די מאטורע מיטא הױכער אויסצײ־
כוגג. (הײנט איז ער אן אנגעזעענער דאקטער). ״לערגעןא פאך״ איז אויך נישט געװען אזוי פשוט. װאס האט מען אין לוקאוו געקעגט זיך אויסלערנען? שניידערײ׳ שוסטערײ׳ שטעפעריי. כדי צו לערנען אײנע סון די פראפעסיעס׳ האט מען געמוזט זיך פארבונדן אויף עטלעכע יאר׳ און דאכט זיך׳ אז מ׳האט נאך געדארפט צוצאלן דעם בעל־הבית. מיט די מײדלעך איז דער מצב געװען נאך ערגער׳ ווארעם װאס האבן זיי זיך געקענט לערנען אחױץ שגײדערײז און יענע מײדלעך/ וואס האבן געשטאמט פון ארעמע ״גוטע שטובן״ איז געװען גאר ביטער: נישט קײן ״פאך״ און נישט קײן גדן. האבן זיי נאך געהאט קרובים אין אויסלאנד׳ איז עס געווען כמעט ווי נדן. די בחורים האבן גערן התונה געהאט מיט זײ׳ כדי צו באקומעןא מעגלעכקײט ארויסצופארן... ביי אזא לאגע פלעגן אפט די ײנגלעך און מײדלעך אראפכאפן זיך קײן ווארשע׳ כדי צו זוכן דארט ארבעט. נישט אײן מאל האבן זײ זיך דארט ארומגעדרייט הונגעריקע׳ אבער זײ האבן זיך געשעמט אהײמצופארן. חול־המועד פסח אדער סוכות פלעגן טײל פון זײ זיך אראפלאזן אין שטאט אריץ׳ אויסגעפוצטע אין זײערע נײע אנצוגן און נײע