Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 89
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-210

ספר לוקאו ו 85 בעלגיע און אנדערע אײראפעישע לענדער. אויב עס זענען בכלל נישט געווען קיין מעגלעכקײטן צו עמיגרירן, איז מען געפאָרן קיין װארשע. דאס ײדישע װארשע האט אלעמען אויפגענומען. די ױגנט

passage_93b5006c9c4d5110442e7280
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 212-1713

מיץ יוגנט הא ב איך פארבראכט אין לוקאװ׳ און צװישן דער ײדישער יוגנט בין איך געװען אקטיװ. ביז איצ ט קען איך נישט פארשטײן פון װאנען עס האט זיך געגומען אזא ענערגיע ביי דער ײדישער יוגנט׳ פון װאנען האבן זיי געשאפט אזא כח צו געזעלשאפטלעכער און קולטור־ארבעט. בסך־הכל האט די ײדישע יוגנט נישט געהאט פאר זיך קײן שום עקזיסטענץ־פערספעקטױון. װעגן שטודירן — איז קײן רײד נישט געװען. דער אנטיסעמיטיזם איז געשטאנען אין װעג. די ײדישע באפעלקערונג אין שטאט האט באטראפן 50 פראצענט; שטײערן האבן ײדן געצאלט 60 פראצענט פון דער גלאבאלער סומע. אבער פאר ײדישע קינדער איז געװען בלויז אײנע פון די פיר אלגע־ מײנע שולן. אין שטאט זענען געװען 2 גימנאזיעס׳ פאר ײנגלעך און פאר מײדלעך׳ אבער ײדישע גימנאזיסטן האט מען געקענט צײלן אויף די פינגער — ערשטנס צוליב דעם הויכן אפצאל׳ און צװײטנס׳ צוליב דער אנטיסעמיטישער דיסקרימינאציע. אט׳ למשל׳ געדענק איך אײן גימנאזיע־שילער ראובן פלאמאן. זײן פאטער האט געהאט א געװעלבל פון שוסטער־צודאטן און ער האט אלץ געטאן׳ אז זײן זון׳ א בחור מיט א ״פײערדיקן קאפ״ זאל װערן א ״מענטש״. אבער אין גימנאזיע האט מען אים אזוי שיקאנירט׳ אז ער האט געמוזט זיצן 2 יאר אין אײן קלאס. לסוף האט מען אים געגעבן אזעלכע באלן׳ אז ער האט װײטער נישט געקענט לערנען. פלאמאן איז אבער נישט געווען געפאלן ביי זיך — ער האט באלײגט דעם עקזאמען אין דער װאיעוואדשאםט־ שטאט׳ אין לובלין׳ און דארט האט ער באקומען די מאטורע מיט א הױכער אויסצײ־

passage_a11baab366a736bcdb07633e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1715-2824

כוגג. (הײנט איז ער אן אנגעזעענער דאקטער). ״לערנען א פאך״ איז אויך נישט געווען אזוי פשוט. וואס האט מען אין לוקאו געקענט זיך אויסלערנען? שניידערײ׳ שוסטערײ׳ שטעפערײ. כדי צו לערנען איינע פון די פראפעסיעס׳ האט מען געמוזט זיך פארבונדן אויף עטליכע יאר׳ און דאכט זיך׳ אז מ׳האט נאך געדארפט צוצאלן דעם בעל־הבית. מיט די מײדלעך איז דער מצב געווען נאך ערגער׳ ווארים װאס האבן זיי זיך געקענט לערנען אחױץ שגײדערײז און יענע מײדלעך/ וואס האבן געשטאמט פון ארעמע ״גוטע שטובן״ איז געווען גאר ביטער: נישט קיין ״פאך״ און נישט קיין גדן. האבן זיי נאך געהאט קרובים אין אויסלאנד׳ איז עס געווען כמעט ווי נדן. די בחורים האבן גערנט התונה געהאט מיט זיי׳ כדי צו באקומען א מעגלעכקײט ארויסצופארן.. . ביי אזא לאגע פלעגן אפט די ײנגלעך און מײדלעך אראפכאפ זיך קיין ווארשע׳ כדי צו זוכן דארט ארבעט. נישט איין מאל האבן זיי זיך דארט ארומגעדרייט הונגעריקע׳ אבער זיי האבן זיך געשעמט אהײמצופארן. חול־המועד פסח אדער סוכות פלעגן טייל פון זיי זיך אראפלאזן אין שטאט אריץ׳ אויסגעפוצטע אין זייערע נייע אנצוגן און נייע

passage_7f5fb96058c20b8092ef5f70